רוי:פנחס לבון

פון המכלול
ווערסיע פון 16:27, 29 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "באשעפטיקט" ב־"באשעפטיגט")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פנחס לבון

פנחס לבון (לאַוואָן) איז געווען פארטיידיגונקס מיניסטער פון ישראל אינדערצייט ווען משה שרת איז געווען פרעמיער מיניסטער.

ביאגראפיע

לבון איז געבוירן געווארן אין גאליציע צו זיין פאטער הרב יוסף לוביאניקער מחבר פון חוט המשולש.

ער האט חתונה געהאט צום ערשטן מאל מיט א פרוי מיט צוויי קינדער. אבער גלייך נאך דער חתונה איז ער געוואויר געווארן אז זי איז א זונה און ער האט זי גע'גט.

א יאר נאכהער האט ער געהייראט בזיווג שני לוסי עלשטיין. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.

לבון פרשה

ווען לבון איז געווען פארטיידיקונגט מיניסטער האט ישראל געהאט א שפיאנאזש נעץ אין עגיפטן, און ווי באלד ישראל האט מורא געהאט, אז בריטאניע וויל זיך ארויס ציען פונעם סועץ קאנאל געגנט, און דערביי וועט עגיפטן זיך שטארקן קעגן ישראל, האט מען באשלאסן אין ישראל אז די שפיאנאזש נעץ וועט טוען סאבאטאזש קעגן ענגלאנד און אמעריקא.

די געהיים פאליציי אין עגיפטן האט זי געכאפט, און דערביי האט זיך אנגעפאנגען די פראגע ווער עס האט פארארדענט די גייען טוען די סאבאטאזש. די חברים פונעם נעץ זענען געזעצן אין טורמע איינער איז באגאנגען זעלבסטמארד, אפאר זענען געהאנגען געווארן.

דאס געשעעניש רופט מען אין ישראל די פרשה מיט דער הא הידיעה, זי האט באשעפטיגט דאס געזעלשאפט אויף יארן, מיט באשולדיגונגען און אסאך פאליטיק.


מוסטער:פארטיידיגונג מיניסטארן אין ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!