רוי:באן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א באן אויף א בריק

א באן איז א פארמיטל אריבערצופארן צווישן ווייטע ערטער, צווישן שטעט און צווישן מדינות. א באן וואס פארט צווישן מדינות הייסט א צוג. אויך איז דא באנען וואס פארן אדורך אין די שטעט: שטאטישע באנען און אונטערערדישע באנען.

היסטאריע

די באן איז אנטוויקלט געווארן אין דעם 19טן יארהונדערט (אין 1830). די ערשטע באן איז געפארן בלויז עטלעכע קילאמעטער מיט א דאַמף-לאָקאָמאָטיוו אין גרויסבריטאניע. טיפער אין דעם 20סטער י"ה איז שוין די באן געווען פארשפרייט אין רוב אייראפע.

די באן איז געווען א געוואלדיקע אויסברעך זינט טויזנטער יארן צוריק. ביז ווען די באן איז דערשינען געווארן, האבן מענטשן זיך געוואנדערט דורך פערד מיט וועגינער, וואס דערפאר האט דער פארן געדויערט זייער לאנג מיט פיל סכנות אויף די וועגן, אדער האט מען זיך געוואנדערט מיט שיפן וואס האבן געפארן זייער שטאט דורך פארהאנגען. צוליב דעם האבן זיך דאן רוב מענטשן נישט ערלויבט צו באזוכן אנדערע ערטער אינדרויסן פון זייער דערפל. אבער זינט די באן איז דערשינען געווארן האט דאס פארענדערט די וועלט אין גאר א סך ענינים, צ.ב.ש האט דאס צוגעברענגט צו די באדארפעניש צו פארן אויף דאטשע און פארברענגען אויף וואקאציע, און איבערהויפט האט דאס פארענדערט די האנדל אין ווירטשאפט. (זע אויך אינדוסטריעלע רעוואלוציע)

אין דעם 20סטן י"ה האט זיך אנטוויקלט אין פאריז און אין לאנדאן די שטאטישע באנען און די אונטערערדישע באנען.

טעקע:Steam Locomotive .jpg
א פראנצויזישער דאַמף-לאָקאָמאָטיוו פונעם 20סטער י"ה

מעכאניזם

עס איז פאראן עטלעכע ערליי באנען אין דער וועלט. די באנען וועלכע פארן אויף ווייטע ערטער ווערן געטריבן דורך א לאקאמאטיוו (א לאקאמאטיוו איז די טייל פון דער באן, געווענליך די פאדערשטע טייל, אין וואס דער מאטאר ליגט, און שלעפט אדער שטופט די איבריגע וואגאנען) און די וואס פארן אין שטאט ארבעט דורך עלעקטריק אדער מאגנעט. א באן איז נישט צופיל אנדערש ווי אן אויטא נאר האט א גרעסערע מאטאר און נעמט קראפט דורך אנדערע וועגן און אנשטאט פארן אויף טראקטן פארט עס אויף שינעס וועלכע האלט איר גלייך.

די ערשטע באנען (לאקאמאטיוון) האבן גענומען קראפט דורך פארע מאטארן דאס איז הייס וואסער וואס האט ארויסגעגעבן פארע וואס האט געדרייט דעם מאטאר. שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן עלעקטריק מאטארן וואס ווערן געטריבן דורך דיזל גאז. רוב באנען ווערן היינט געטריבן דורך דיזל מאטארן.

עס פארשטייט זיך אז צו שלעפן א באן אנגעפילט מיט סחורה פאדערט זיך גאר א שטארקע מאטאר מינימום ווי עטליכע טויזנט אויטאס [די באן אליין אן קיין משא וועגט טויזנט מאל אזויפיל ווי אן אויטא]. ס'איז אבער נישט אזוי, א באן האט געווענליך א 12 צילינדער מאטאר מיט צווישן 3 און 4 טויזנט פערד קראפט וועלכע איז נישט מער ווי מאקסימום 15 מאל אזוי שטארק ווי א געווענליכן אויטא וואס האט בערך 200 פערד קראפט. דאס איז ווייל א זאך וואס ליגט אויף שינעס לאזט זיך גרינגער שלעפן. טאקע דערפאר האט א באן אייזערנע רעדער ווייל לופט רעדער גייען ארויף און אראפ ווען עס דרייט זיך און דאס נוצט מער קראפט. כדי די רעדער זאלן נישט גליטשן איז דא אין יעדע באן אסאך זאמד וואס ווערט דורך ספעציעלע רערן ארויסגעשפריצט צו די רעדער ווען עס ווערט גליטשיג. די זאמד שפריצן סיסטעם ווערט אפערירט אויטאמאטיש דורך עטליכע סענסארס אונטערן באן.

מיט נאך א זאך איז א מאטאר פון א באן אנדערש ווי ביי אן אויטא. אן אויטא האט א טראנסמיסיע וועלכע קאנטראלירט דעם מאטאר און די ציינראדן (גירס) ווען עס זאל גיין שנעלער אדער לאנגזאמער. א באנ'ס מאטאר ארבעט שטענדיג די זעלבע שנעל און צודעם איז דא אן אזוי גערופענער הייבריד סיסטעם וואס קאנטראלירט די ציינראדן זעלבסט. טאקע ווייל עס איז נישט פאראן קיין טראנסמיסיע קען די באן נישט פארן אזוי שנעל (געווענליך פארט א צווישן 50 און 70 מייל פער שטונדע). אויב מען וואלט דווקא יא געוואלט לייגן א טראנסמיסיע אין א באן וואלטן געמוזט זיין גאר אסאך ציינראדן און וואלט אויפגענומען צופיל פלאץ. א באן פרעסט נישט מער ווי 1.5 גאלאן דיזל פער מייל מיט א געווענליכע משא. דיזל איז קרעפטיגער ווי געווענליכע בענזין.

טעקע:Bahnbavaria.JPG
אַ וואַגאן פון אַ דייטשער באַן

פארן מיט דער באן שבת

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!