רוי:שפאלע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שפאלע

שפּאָלע (אוקראיניש: Шпола) איז א שטאט אין טשערקאסער אבלאסט (גובערניע) אין צענטראלער אוקראינע. זי איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם שפאליאנסקי ראיאן. אום 2004 איז די געשאצטע באַפעלקערונג געווען 18,400.

היסטאריע

אום 1847, איז שפאלע'ס אידישע באפעלקערונג געווען 1,156. ביז 1897, האט די צאל געוואקסן צו 5,388 אין אן אלגעמיינער באפעלקערונג פון 11,933, ד.ה. 45%. ס'האט זיך געהאלטן אויף דער ניוא ביז צו דער צווייטער וועלט מלחמה.

אין די 1800ער איז שפאלע געווען אינעם זוועניגאראדער דיסטריקט אינעם קיעוו ראיאן פון רוסלאנד. נאכן אראפווארפן פון דער צארישער רעגירונג איז שפאלע געווארן צו ערשט א טייל פון דער אוקראינישער סאוועטן סאציאליסטישער רעפובליק און דערנאך פון דעם סאוועטן פארבאנד.

אין דער צווייטער וועלט מלחמה, האט נאצי דייטשלאנד זיך אריינגעריסן אין אוקראינע, און די יידישע באפעלקערונג פון שפאלע איז פארטיליגט אום 1942. היינט זענען אידן בערך0.5% פון שפאלע'ס באפעלקערונג.

מענטשן

49°2′N 31°25′E / 49.033°N 31.417°E / 49.033; 31.417 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט 

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!