רוי:על דזשאלסאן
על דזשאָלסאָן (ענגליש: Al Jolson) - געבוירן אַלס אַסאַ יואלסאָן דעם 26סטן מײַ 1886 אינעם שטעטל סרעדניק, קאָװנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצטער: סערעדזשוס 'Seredžius' אין דער ליטװישער רעפּובליק); נפר געװאָרן דעם 23סטן אָקטאָבער 1950 אין סאַן פראַנציסקאָ, פאַראײניקטע שטאַטן.
ער איז געװען אַ פּראָמינענטער אַמעריקאַנער זינגער, קאָמיקער, טעאַטער און קינאָ-אַקטיאָר פון רוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן שעפערישע קאַריערע האָט געדויערט פון 1911 ביז 1950. מע פלעגט אים אָנרופן "דער ערשטער ביודעים ייִדישער מענטש, װאָס איז געװאָרן אַ פאַרװײַלונג-שטערן אין אַמעריקע" און "דער גרעסטער פאַרװײַלער אין דער װעלט". אין 1927 האָט ער געשפּילט אין דעם ערשטן פולמעטראַזשיקן קלאַנגען-פילם "דער דזשעז-זינגער".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!