המכלול:וואס המכלול איז נישט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
המכלול איז א אידישע ענציקלאפעדיע, און אלס אזוינס זענען פארהאן זאכן וואס עס איז אויסדרוקליך נישט. די תוכן אין דער פאלגנדער בלאט דארף צו שטימען מיט די פרינציפן און גיידליינס אין המכלול, אבער אויב טרעפט זיך א סתירה צווישן די צוויי איז דער לעצטער דער מכריע.
פארעם
המכלול איז נישט קיין געדרוקטע ענציקלאפעדיע. דערפאר, איז המכלול נישט באגרעניצט אין גרויסקייט, עס קען ענטהאלטן לינקס, זיך שטענדיג אפדעיטן א.א.וו. דאס מיינט אויך אז די סטיל און לענג פון שרייבן וואס פאסט פארן דרוק פאסט לאו דוקא פאר המכלול.
אינהאלט
המכלול איז נישט:
- א ווערטערבוך, לעקסיקאן, אדער יחוס בריוו.
- א פלאטפארמע פאר רעדעס אדער א פארום פאר דיסקוסיעס.
- א זאמלונג פון לינקס.
- א צייטונג – נישט פאר יעדער אנטוויקלונג אין די נייעס איז דא א פלאץ אין המכלול. איידער מען לויפט אפדעיטן ארטיקלן מיט פרישע ידיעות וואס זענען נארוואס ערשינען, דארף מען ווארטן אביסל און זען צי דער הוספה האט א חשיבות פון א היסטארישע שטאנדפונקט. ווי אויך איז נישט דא דאס פלאץ צו דעטאלירן יעדער טויש און אנטוויקלונג אין פארשידענע קערפערשאפטן וואו טוישונגען, פון מאנשאפט למשל, איז א רעגלמעסיגע זאך. זעט אויך המכלול:אקטואליה.
- אן אומזיסטער וויקי פלאטפארמע – אויב איר זענט אינטערעסירט צו ניצן די וויקי טעכנאלאגיע, אדער די מידיע-וויקי פראגראם פאר סיי וועלכע געמיינזאמער ארבעט, אפילו בלויז איין בלאט, זענען פארהאן וועבזייטלעך וואס שטעלן צו וויקי סערוויס (אומזיסט אדער פאר געלט). איר קענט אויך אינסטאלירן די מידיע-וויקי פראגראם אויף אייער קאמפיוטער.
- א פלאץ צו פארשפרייטן אייגענע מסקנות – אויב האט איר אויפגעוויזן, דערגאנגען אדער געטראפן א פרישע ידיעה וואס איז ביז דאן נישט געווען באקאנט, דאן מאכט באקאנט אייער אויסטרעף אין א געהעריגע צייטשריפט וואו עס וועט קענען באקומען קריטיק פון קאלעגע פארשער. המכלול וועט עס קענען באריכטן נאר נאכדעם וואס עס וועט ווערן אן אנגענומענע טייל פון די מענטשהייט'ס ידיעות. פארשטייט זיך, אז איר מוזט נישט ברענגן אלע אינפארמאציע אין די ארטיקלען דוקא פון אקאדעמישע צייטשריפטן, פארט דארף מען מקפיד זיין אויף די קוואליטעט פון די מקורות.
- א פלאץ מפרסם צו זיין חידושי תורה – אויב האט איר מחדש געווען א שיין חידוש, דאן זייט דאס מפרסם אין א תורה'דיגע קובץ אדער פלאטפארמע, אדער דרוקט גאר א ספר. עס איז מעגליך אז אייער חידוש וועט דערמאנט ווערן אין המכלול, אין פאל עס ווערט אנגענומען און באקאנט אין די תורה וועלט. מיט דעם אלעם, אין ארטיקלען וואו עס ערשיינען מאטעריאל וואס מען דארף אדרעסירן פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט, וועלן מכלולאים פרובירן פארצושטעלן די תורה'דיגע שטאנדפונקט. אין אזעלכע פעלער וועט ערשיינען ביים ענדע פונעם ארטיקל מוסטער:קלארשטעלונג.
- א זאמלונג פון מקורות פון די פובליק דאמעין (צב"ש: גאנצע ביכער, דאקומענטן, בריוון, געזעצן און ענליכס וואס האבן א תועלת נאר אויב זיי ווערן פארגעשטעלט אין זייער אריגינעלע לשון און אן קיין טוישונגען). – קליינע רעלעוואנטע שטיקלעך פון אריגינעלע מאטעריאל, אלס טעקסט אדער א בילד, זענען וויכטיג און עס מעג רואיגערהייט גענומען ווערן פונעם פובליק דאמעין. טראץ דעם, אויב איר ווילט ביישטייערן פולע מקורות פארן ציבור, ווענדט אייך צו וויקיטעקסט.
- א היים פאר פערזענליכע פראפילן – די רעדאקטארן פון המכלול האבן אן אייגענעם באניצער בלאט, אבער זיי דינען אלס קאמוניקאציע מיטל בשעת'ן ארבעטן אויפ'ן ענציקלאפעדיע. טייל רעדאקטארן, עטוואס באקאנטע, וועלן ביישטייערן ענציקלאפעדישע אינפארמאציע איבער זיך און זייער אויפטוען, און אזעלכע ביישטייערונגען וועלן על פי רוב אנגענומען ווערן; אבער די סטאנדארטן פון ענציקלאפעדישע ארטיקלן זענען גילטיג ביי אזעלעכע בלעטער פונקט ווי ביי יעדער אנדערע ארטיקל. שאפן א שפע פון לינקס און רעפערענצן צו אויטאביאגראפישע ארטיקלען זענען נישט אין איינקלאנג מיט די גייסט אין המכלול. אויב איר ווילט זיך שאפן א פערזענליכע פראפיל אן קיין שייכות צו אייער ארבעט אין המכלול, זענען פארהאן פילע וועבזייטלעך וואס שטעלן דאס צו בחינם.
- א דרייוו צו האלטן פיילס – אויב איר שטעלט ארויף פיילס, ביטע ארויפשטעלן נאר פיילס וואס זענען נוגע פאר ענציקלאפעדיע ארטיקלען; יעדער אנדערע זאך וועט פארמעקט ווערן.
- אדווערטייזער – ארטיקלען אין המכלול זענען נישט געאייגנט צו רעקלאמירן איבער געוויסע פראדוקטן אדער סערוויסעס.
- א נייעס וועבזייטל – המכלול דארף נישט צושטעלן באריכטן איבער געשעענישן בשעת זיי פאסירן, אבער שאפן ענציקלאפעדישע ארטיקלן איבער א טעמע אין די נייעס איז ערלויבט. (עס איז אבער פארט כדאי צו ווארטן פאר אפדעיטס). די וועג פון ארבעטן אין המכלול ערלויבט געמיינזאם צו שרייבן איבער אקטועלע נושאים מיט א היסטארישע חשיבות, ווילאנג עס ווערט געשריבן ענציקלאפעדיש. ווען מען לייגט צו פרישע נייעס צו ארטיקלען, דארף מען דאס שרייבן בלשון עבר אויף א וועג אז עס זאל אויסזען לאגיש אויך אין יארן ארום. פאר די זעלבע סיבה זאל מען נישט ניצן אויסדרוקן ווי "אין די לעצטערע יארן".
- א טעלעפאן בוך אדער ביזנעס דירעקטארי – בלויז ענציקלאפעדישע פאקטן האבן א פלאץ אין המכלול. צ.ב.ש. שרייבנדיג איבער א פירמע, דארף מען נישט שרייבן זייער טעלעפאן נומער, א סעיל וואס זיי האבן געמאכט א.ד.ג. (טארץ דעם וואס צענטראלע געשעענישן זענען פארשטייט זיך רעלעוואנט). אזוי אויך איז די שמועס בלאט פון אן ארטיקלן נישט דאס ארט צו פירן די פירמע געשילדערט דערין.
- א פלאץ פארצושלאגן אדער פארלאנגען ארבעט – מעלדונגען איבער וואו מען קען באקומען ארבעט וועלן באלד אויסגעמעקט ווערן.
- א פלאץ צוצושטעלן פראפעסיאנעלע הילף – המכלול זוכט נישט אין קיין שום וועג צו ברענגן פראפעסיאנעלע הילף פאר די וועלט. עס איז בלויז אן ענציקלאפעדיע צו בארייכערן די ידיעות.
- א הומאריסטישע וועבזייטל – דערפאר, וועט יעדער פיקטיווער ארטיקל פארמעקט ווערן.
- א סטאטיסטיק וועבזייטל – דערפאר, איז נישט דא דאס פלאץ פאר דעטאלירטע סטאטיסטיקס. מען מעג אבער יא דערציילן איבער סטאטיסטישע אייגנשאפטן (א שטייגער ווי דעמאגראפישע אינפארמאציע פון א שטאט).
- וויקיפעדיע – המכלול ווערט געפירט אומאפהענגיג פון וויקיפעדיע אדער די וויקי-מידיע פאנד. אן איינפיר וואס עקזיסטירט אין וויקיפעדיע, איז לאו דוקא ריכטיג אין המכלול. בפרט, אן ארטיקל וואס עקזיסטירט אין וויקיפעדיע וועט לאו דוקא ערשיינען און אפגעהיטן ווערן אין המכלול. און דאס וויכטיגסטע: די קוואלעטעט סטאנדארטן פון המכלול זענען פילפאכיג העכער ווי אין וויקיפעדיע, די וויקיפעדיע ארטיקלען זענען אהער געברענגט געווארן בלויז כדי צו האבן מיט וואס אנצוהייבן; זיי טוען אבער און קיין שום וועג נישט דינען אלץ ביישפיל אדער לעגעטימעזאציע פאר סיי וואס.