רוי:באן סטאנציע

פון המכלול
ווערסיע פון 01:05, 5 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "געוויינטלעך" ב־"געווענליך")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
באן סטאנציע אין שוועדן

א באַן סטאַנציע איז א פלאץ וואו פאסאזשירן קענען ארויפגיין אויף און אראפשטייגן פון א באן, אדער וואו פראכט ווערט געלייגט אדער אראפגענומען.

די ערשטע באן סטאנציעס זענען געמאכט געווארן סיי פאר פאסאזשירן און סיי פאר פראכט. היינט באהאנדלט מען פראכט נאר אין די גרעסטע באן סטאנציעס. א באן סטאנציע קען זיין א וואקזאל ביים אנהייב אדער ביים סוף פון א רוטע, אדער די סטאנציע געפינט זיך ביי דער באן ליניע אינמיטן א רוטע. געווענליך האט די סטאנציע פעראנען צו דערמעגלעכן ארויפ־ און אראפשטייגן מיט זיכערקייט.

די מערסטע באשעפטיקסטע באן סטאנציע אין דער וועלט איז שינזשוקו סטאנציע אין טאקיא, יאפאן. די מערסטע באשעפטיקסטע באן סטאנציע אין אייראפע איז קלאפהאם קנופ אין דרום לאנדאן, ענגלאנד. ביי די שפיץ צייטן, קומט אן דארטן א באן יעדע 13 סעקונדעס.

Transportation template.svg דער ארטיקל בנוגע טראנספארט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!