רוי:קלאסישע פעריאדע (מוזיק)

פון המכלול
ווערסיע פון 10:49, 3 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די קלאסישע פעריאדע פון מוזיק באצייכענט דעם סטיל אין מוזיק צווישן די יארן 1750 ביז בערך 1825.

די קלאסישע פעריאדע האט איבערענומען פון דעם באראק סטיל, און דאס טראנספארמירט צו א העכערע און ווייטערע שטופע, מיט מער קונסט און קלאס, וועלכע האבן געשאפן די שענסטע און די סאמע מוזיקאלישע הארמאניקס ווי די וועלט בארימטע סימפאנישע ווערק, וועלכע זענען געשפאן געווארן יענע יארן.

פון די אייראפעישע מוזיק קאמפאזירער פון יענער תקופה, שיילט זיך ארויס די בארימטע פיגורן ווי באך, היידן, בעטהאווען, מאצארט, שובערט, און זייערס גלייכן.

דאס איז די צייט פון די קאמפאזיטארן יאזעף היידן, וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט. ארקעסטערס  זענען געווארן גרעסער און קאמפאזיטארן האבן אנגעהויבן שרייבן לענגערע שטיקלעך מוזיק גערופן סימפאניעס מיט עטליכע טיילן (גערופן זאצן). טייל זאצן פון א סימפאניע זענען הויך און גיך, אנדערע שטיל און אומערט.

אן אנדער וויכטיגער טיפ מוזיק איז געווען דער סטרונע קווארטעט, א פיעסע געשריבן פאר צוויי פידלען, א וויאלע און א וויאלאנטשעל. אזוי ווי סימפאניעס, האט א סטרונע קווארטעט פיר זאצן. היידן, מאצארט און בעטהאוון האבן אלע געשריבן פיל בארימטע סטרונע קווארטעטן.

אין דער תקופה האט מען ערפונען די פיאנע. קאמפאזיטארן האבן גערן געהאט די פיאנע ווייל מיט איר קען שפילן דינאמיש—ווערן העכער אדער שטילער. אנדערע פאפולערע אינסטרומענטן זענען געווען דער פידל, דער וויאלאנטשעל, די פלייט, דער קלארינעט און די אבאע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!