רוי:פעטערבורג
|
פּעטערבורג (רוסיש: Санкт-Петербу́рг סאַנקט-פּיטירבורק) איז אַ שטאָט אין רוסלאַנד ביים נעווא טייך אויפן שפּיץ פונעם איינגאָס פון פינלאַנד אויפן באַלטישן ים. אין פאַרשידענע תקופות פון איר געשיכטע האָט די שטאָט פאַרמאָגט אַנדערע נעמען, ווי פּעטראָגראַד (Петрогра́д, 1914–1924) און לענינגראַד (Ленингра́д, 1924–1991).
געגרינדעט פונעם צאר פעטער דער ערשטער פון רוסלאנד אום 27סטן מײַ, 1703, איז זי געווען די הויפּטשטאָט פון דער רוסלענדישער אימפעריע מער ווי צוויי הונדערט יאָר (1713–1728, 1732–1918). פּעטערבורג האָט אויפגעהערט דינען ווי הויפּטשטאָט אום 1918 נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע פון אָקטאָבער 1917.[1] זי איז רוסלאנדס צווייטע גרעסטע און אייראפע'ס פערטע גרעסטע שטאט נאך מאסקווע, לאנדאן און סטאמבול. די שטאט האט 4.6 מיליאן איינוואוינערס, און מער ווי 6 מיליאן מענטשן וואוינען אין דער סביבה. פעטערבורג איז א הויפט אייראפעישער קולטורעלער צענטער, און א וויכטיגער רוסישער פארט אויפן באלטישן ים.
היסטאריע
געאגראפיע
טראנספארטאציע
פעטערבורג איז א הויפט טראנספארט קנופ. אין 1837 איז געבויט געווארן די ערשטע רוסישע באן. 59°57′N 30°19′E / 59.950°N 30.317°E
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: פעטערבורג |
רעפערענצן
- ↑ Nicholas and Alexandra: An Intimate Account of the Last of the Romanovs and the Fall of Imperial Russia (Athenum, 1967) by Robert K. Massie, ASIN B000CGP8M2 (also, Ballantine Books, 2000, ISBN 0-345-43831-0 and Black Dog & Leventhal Publishers, 2005, ISBN 1-57912-433-X)
גרעסטע שטעט אין דער וועלט: גרויסשטעט מיט מינדערסטן פינף מיליאן איינוואוינער | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!