אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאראמאראש"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 9: | שורה 9: | ||
[[קאַטעגאָריע:רומעניע]] | [[קאַטעגאָריע:רומעניע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:קארפאטארוס]] | [[קאַטעגאָריע:קארפאטארוס]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 19:02, 27 נאוועמבער 2022
מאַראַמאָראָש (רומעניש: Maramureş; אונגאַריש: Máramaros; לאטייניש: Marmatia; אוקראיניש: Мармарощина / מאַרמאַראשטשינאַ, Мараморщина / מאַראַמארשטשינאַ, Марамуреш / מאַראַמאָרעש) איז א געאגראפישער, היסטארישער און קולטורעלער ראיאן אין צפון זיבנבערגן, לענגאויס דעם אויבער טיסא טייך וואס נעמט איין די מאראמאראשער פארטיפונג און די ארומיגע בערג, א טייל פון די צפון-מזרח קארפאטן.
דער דרום טייל פונעם ראיאן איז אין היינטיגער צפון רומעניע, און דער צפון טייל געהערט צום זאקארפאטיער אבלאסט אין מערב אוקראינע.
געאגראפיע
מאראמאראש איז א טאל אינגאנצן ארומגענומען מיט בערג, מיט א שמאלער עפענונג ביי חוסט, מיט א פאר טוץ טייכן און ריטשקעס וואס פליסן אין טיסא טייך אריין. ער האט אסאך וועלדער. מאראמאראש באדעקט א שטח פון בערך 10000 קוואדראט ק"מ.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!