אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יוסף שמידט"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 71: | שורה 71: | ||
[[קאַטעגאָריע:יידישע זינגער]] | [[קאַטעגאָריע:יידישע זינגער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פילם אקטיארן]] | [[קאַטעגאָריע:פילם אקטיארן]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 17:41, 27 נאוועמבער 2022
יוסף שמידט (י"ז אדר ה'תרס"ד - כ"ו חשוון ה'תש"ג) איז געווען א חזן, אפערע זינגער און אקטיאר באוואוסט מיט די צונעהמען דער זינגער פון טשערנאוויץ און דער יודישער קארוזאו.
ער איז געווען פליסיג אין די פאלגנדע שפראכן: דייטש, יודיש, ראמעהניש, פראנצויזיש און ענגליש.
ביאגראפיע
יוסף שמידט איז געבוירן אין יאר תרס"ד אין דאווידעני, בוקאווינא, צו זיין פאטער ר' וואלף, א פארמער.
ער האט צוערשט געדינט אלס חזן אין טשערנאוויץ, אבער דערנאך האט ער געדארפט איינרוקן אינעם רומענישן מיליטער.
ער האט געהאט א פראבלעם צו טרעפן א געהעריגן חזנות פאסטן, צוליב זיין גאר נידעריגן וואוקס. דעריבער פלעגט ער ארומפארן האלטן קאנצערטן, און דערביי באצויבערן דעם עולם מיט זיין גרויסער שטימע.
אין יאהר תרפ"ו האט ער איינגערוקט אין ראמענישן מיליטער וואו ער האט געדינט אלס פויקער אין ראדוץ.
אין תרפ"ט האט ער געהאלטן קאנצערטן אין אמסטערדאם און אאנטווערפן, און ער האט אויפגענומען דעם אמט פון חזן אין דער עדת ישראל שול אין בערלין.
אין תרצ"ד האט ער באזוכט אין ארץ ישראל, און אין תרצ"ה האט ער באזוכט אין פוילן וואו ער האט אויך באזוכט ביי אסאך בארימטע חסידישע רבי'ס.
אין ה'תרצ"ט האט ער זיך באזעצט אין בריסל. ווען די נאציס האבן איינגענומען בעלגיע האט ער געוואלט פארן אין אמעריקע, אבער ער האט פארפאסט די לעצטע שיף ווייל איינער האט צוגענומען זיין פלאץ.
ענדליך אין יאר תש"ג האט ער באוויזן אריבערצוגיין די גרעניץ אין דער שווייץ, אבער צו זיין שלעכט מזל האט מען אים צוריק דערפארטירט קיין פראנקרייך.
א חודש דערנאך האט ער ווידער געשווערצט די גרעניץ, און אריין אין א פליטים לאגער. אבער דארט האט ער באקומען א לונגען אנטצינדונג און געשטארבן אין ז' כסליו תש"ג אין יונגען עלטער פון אכט און דרייסיג יאר. ער ליגט אין דעם פריזנבערג בית עולם אין ציריך.
דער קעפל אויף זיין מציבה לייענט זיך א שטערן פאַלט (אין דייטש).
דער חזן משה שטערן האט אסאך נאכגעזינגען פון זיינע שטיקלעך.
שטימע
ווערק
פילמאגראפיע
- אכט טעג פון פרייליכקייט, 1931
- נאכגעיאגטע מענטשן, 1932
- גאטע לעהבט, 1932
- א ליד גייט ארום די וועלט, 1933
- ווען דו ביסט יונג די וועלט געהערט פאר דיר, 1934
- א שטערן פאלט פון הימל, 1936
- היינט איז דער שעהנסטער טאג אין מיין לעבן, 1936
לידער
- איין לעבן, איין ליבע
חזנות
ער איז געווען א תלמיד פון החזן דוד משה שטיינבערג און זינגט בעיקר זיינע קאמפאזיציעס.
- אנא עבדא דקודשא בריך הוא
- כי לקח טוב
דיסקאגראפיע
רעפערענץ
- יוסף שמידט (ענגליש)
וועב
- א באשרייבונג פון עקיבא צימערמאן איבער זיין באזוך אין ישראל http://chazzanut.org/Article.aspx?id=21
- http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2346491&forum_id=14617
- http://www.imdb.com/name/nm0773028/?ref_=tt_cl_t10
- א זייטל אויף זיין נאמען אין דייטש http://www.josephschmidt-archiv.ch/#!/page_home
- http://holocaustmusic.ort.org/places/camps/josef-schmidt/
- ער זינגט א ליד גייט ארום די וועלט https://www.youtube.com/watch?v=bZxF7J9wwcA
- http://www.bukowina.org.il/152512/%D7%99%D7%95%D7%A1%D7%A3-%D7%A9%D7%9E%D7%99%D7%93%D7%98
- חזן שמידט ביים דאווענען https://www.youtube.com/watch?v=HsmGmnIMrWY
- http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2986028&forum_id=14617
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!