אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאקאווא (חסידות)"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
||
שורה 4: | שורה 4: | ||
== גרינדער פון דער דינאסטיע == | == גרינדער פון דער דינאסטיע == | ||
דער גרינדער פון דער מאקאווער דינאסטיע איז געווען רבי [[משה פארהאנד|משה | דער גרינדער פון דער מאקאווער דינאסטיע איז געווען רבי [[משה פארהאנד|משה פארהאַנד]], מחבר פונעם ספר "אהל משה'", מאקאווער שטאטס רב און [[ראש ישיבה]] דארטן, לויטן שטייגער פון די אונגארישע חסידישע ישיבות. | ||
רבי משה איז נפטר געווארן י"ז סיון תש"ד, ווערנט דעם חורבן אייראפע, אין דער שטאט [[בודאפעשט]]. נאך א סך אנשטרענגונגען האט מען אריבערגעפירט צו זיין שטאט פאר קבורה. | רבי משה איז נפטר געווארן י"ז סיון תש"ד, ווערנט דעם חורבן אייראפע, אין דער שטאט [[בודאפעשט]]. נאך א סך אנשטרענגונגען האט מען אריבערגעפירט צו זיין שטאט פאר קבורה. |
רעוויזיע פון 17:17, 25 נאוועמבער 2022
מאַקאווא איז דער נאמען פון א חסידישן הויף הויפטקווארטירט אין קרית אתא, ישראל, וואס שטאמט פון דער שטאט מאקאווע (אונגאַריש: Makó) אין אונגארן. דער היינטיקער רבי איז הרב שמעון לעמבערגער.
דאס חסידות האט שטיבלעך אין קרית-אתא, בני-ברק, אשדוד, אלעד און אויך אין בארא פארק אין די פאראייניגטע שטאטן.
גרינדער פון דער דינאסטיע
דער גרינדער פון דער מאקאווער דינאסטיע איז געווען רבי משה פארהאַנד, מחבר פונעם ספר "אהל משה'", מאקאווער שטאטס רב און ראש ישיבה דארטן, לויטן שטייגער פון די אונגארישע חסידישע ישיבות.
רבי משה איז נפטר געווארן י"ז סיון תש"ד, ווערנט דעם חורבן אייראפע, אין דער שטאט בודאפעשט. נאך א סך אנשטרענגונגען האט מען אריבערגעפירט צו זיין שטאט פאר קבורה.
צווייטער דור
נאך דער מלחמה זענען א טייל איבערגעבליבענע צוריקגעגאנגען קיין מאקאווע. הרב משה נתן נטע לעמבערגער, וואס האט געהאט געהייראט הרב משה פארהאנד'ס אייניקל, האט געפירט די קהילה. (ער איז שוין געווען א דיין אין דער קהילה פון תרצ"ו, אין זיין זיידנס יארן.)
אין תשי"ב איז הרב לעמבערגער ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל. ער האט זיך באזעצט צוערשט אין ירושלים און דערנאך האט מען אים באשטימט רב פון דער חסידישער קהילה אין כפר אתא (היינט קרית אתא). ער איז נפטר געווארן שבת פרשת וירא כ' מרחשוון תשמ"ג.
זיינע איידעמער זענען רבי דוב בעריש פאנעט פון דעעש רמות, הרב משה אשרי, הרב חיים מאיר ענגלארד דאברא רב, און רבי שלמה גאלדמאן, זוועהילער רבי.
דריטער דור
דער היינטיקער רבי, רבי שמעון לעמבערגער, איז זיין זון.
רבי שמעון'ס ברידער דינען אין רבנות אין חסידישע קהילות אין פארשידענע שטעט.
- רבי אפרים איז געווען רב פון דער מאקאווער קהילה אין בארא פארק ביז זיין פטירה תשנ"ז. זיין ממלא מקום היינט איז זיין זון, רבי מאיר יחזקאל.
- רבי אברהם יחיאל (נפטר תשנ"ה) האט געדינט אלס רב פון דער קהילה אין בני ברק; זיין ממלא מקום היינט איז זיין זון, רבי ישראל יעקב.
- רבי מנחם מענדל (תש"ז-תשע"א) איז געווען רב פון דער קהילה בירושלים; זיין ממלא מקום היינט איז זיין זון רבי ישראל אהרן.
- רבי אשר אנשיל אין נתניה און אלעד.
- רבי מאיר שלמה איז רב פון דער קהילה אין אשדוד.