אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאנאט"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
||
שורה 18: | שורה 18: | ||
== גוישע מאנאטן == | == גוישע מאנאטן == | ||
די גויאישע מאנאטן זענען: [[יאנואר]], [[ | די גויאישע מאנאטן זענען: [[יאנואר]], [[פעברואַר]], [[מערץ]], [[אפריל]], [[מאי]], [[יוני]], [[יולי]], [[אויגוסט]], [[סעפטעמבער]], [[אקטאבער]], [[נאוועמבער]], [[דעצעמבער]]. | ||
== זעט אויך == | == זעט אויך == |
רעוויזיע פון 17:10, 25 נאוועמבער 2022
מאנאט איז א צייט ווען עס איז אדורך דאס וואס די לבנה איז געווארן פון גארנישט (דער מולד) צו גאר גרויס און דערנאך צוריק צי גארנישט.
דאס ווארט אלײן קומט פון אן אור־אינדא־אייראפעישען שורש מיט באטײטונג "לבנה".
די צייט
- אינעם אידישן לוח רעכנט מען דעם דורכשניט צייט פון איין מולד צום צווייטן 29 טעג, מיט 12 שעה, מיט 793 טיילן צו א שעה אויב/ווען מען צעטיילט א שטונדע אין 1080 טיילן (חלקים). אין אונזער זייגער קומט דאס אויס 29 טעג, מיט 12 שעה, מיט 44 מינוט, מיט איין טייל (וואס איז 3 מיט א דריטל 1/3 סעקונדעס).
- א שטערן מאנאט (ד.ה. די צייט וואס עס דויערט די לבנה ארומגיין די ערד, קוקנדיג פון די שטערן) איז 27.3 טעג. פון דער ערד איז א מאנאט צוויי טעג לענגער, ווייל די ערד רוקט זיך במילא קען מען נאך זען די אלטע לבנה נאך צוויי טעג.
די לבנה מיט דער זון
- די לבנה איז דאס וואס מאכט עפעס וואס אונז קענען זעהן אנדערשט מיט דער צייט אז מען רופט צוליב דעם א שטיקל צייט א מאנאט.
- די זון איז דאס וואס מאכט די וועטערס און מאכט אז יעדע יאר איז דא די זעלבע סעזאן/צייט אין די יאר.
דערפאר האט א יאר נאר צו טאן מיט דער זון, און א מאנאט נאר מיט דער לבנה.
די קאלענדערס
לויט דער אידישע הלכה רעכנט מען די חדשים לויט דער לבנה, וויבאלד אבער עס איז דא אזא זאך ווי א יאר, האט די תורה באפוילן אז מען ציילן יארן אויך, אזוי אז די ימים טובים קומען אלעמאל אויס אין די זעלבע סעזאן/צייט פון די יאר. דערפאר ציילט מען לויט ביידע סיי די זון און סיי די לבנה, די יארן לויט די זון, און די מאנאטן לויט די לבנה.
די אלגעמיינע באפעלקערונג ציילט לויט דער זון, וויבאלד די זון ענדערט זיך נישט יעדע מאנאט, אבער עס איז פראקטיש צו האבן מאנאטן, האט מען צעטיילט די יאר אין צוועלף טיילן, וויבאלד בערך 12 מאנאטן פון די לבנה גייען אריין אין א יאר. וויבאלד עס איז אבער נישט פונקטליך איז דא מאנאטן וואס זענען 30, 31, 28, אדער 29 טעג.
גוישע מאנאטן
די גויאישע מאנאטן זענען: יאנואר, פעברואַר, מערץ, אפריל, מאי, יוני, יולי, אויגוסט, סעפטעמבער, אקטאבער, נאוועמבער, דעצעמבער.