אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין"
ק (החלפת טקסט – "׳" ב־"'") |
שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 50: | שורה 50: | ||
[[קאַטעגאָריע:זידיטשויווער רבי'ס]] | [[קאַטעגאָריע:זידיטשויווער רבי'ס]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 00:18, 25 נאוועמבער 2022
רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין (ה'תקנ"א - ז' חשוון ה'תר"ח), פון ראזלא.
אפשטאם
רבי יהודה צבי הירש איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"א, צו זיין פאטער, הרב משה אייכנשטיין, פון סאמבור, דער תפלה למשה.
רבנות
רבי יהודה צבי הירש איז געוווען א תלמיד פון זיין פעטער הרב צבי הירש אייכנשטיין דער עטרת צבי, און איז שפעטער געווארן זיין איידעם. רבי יהודה צבי הירש האט זיבעציג מאל איבער געחזרט דעם ערשטען טייל פון יודה דעה הערשט נאך דעם האט ער אנגענומען דאס רבנות אין גלינא, בראדשין, נאכהער אין ראזלא.
נאך דער פטירה פון זיינע פעטערס איז רבי יהודה צבי הירש געווארן דער ממלא מקום אלס רבי פון זידיטשוב.
הסתלקות
רבי יהודה צבי הירש איז נפטר געווארן ז' חשוון ה'תר"ח.
פאמיליע
רבי יהודה צבי הירש האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון זיין פעטער הרב צבי הירש אייכנשטיין, דער עטרת צבי. זייערע קינדער:
- מרת הינדא ( - כ"ג אלול), די ווייב בזיווג ראשון פון הרב יעקב האגער (ה'תקע"ג - ט"ז שבט ה'תרמ"א), פון זאבלאטאוו.
- מרת מרים ( - י"ג טבת ה'תרמ"ב), די ווייב פון הרב יעקב טויבש (ה'תקע"ב (אומגעפער) - ח'מנחם אב ה'תר"ן), רב אין זידיטשוב.
- מרת בריינדיל, בזיווג שלישי די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם (כ' שבט ה'תקע"ו – ו' טבת ה'תרנ"ט) דער שינאווער רב.
- מרת רבקה, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד (איר מוטער'ס שוועסטער'ס זון) הרב שלמה טויב (ה'תק"ף (אומגעפער) - ג' חשוון ה'תר"ם), רב אין ראזלא.
זיינע ספרים
- דעת קדושים
- עמוד התורה
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!