אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שמיני עצרת"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
קאין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022
נאָמען פֿון 8טן טאָג אין סוכּות (כ”ב תּשרי); איז אַ באַזונדערער יום–טובֿ; אין חומש ױקרא כ”ג, במדבר כ”ט הײסט עס ביום השמיני „עצרת היא“, „עצרת תהיה לכם“; צוליב דעם װאָס ער איז שױן אַ באַזונדערער יום–טובֿ איז די פֿראַגע צי דאַרף מען זיצן אין סוכּה; חסידים זענען זיך נוהג בײַנאַכט נישט צו זיצן אין סוכּה, נאָר בײַטאָג יאָ צו זײַן אין סוכּה (דער מנהג שטאַמט פֿון אַלטע צײַטן, זע גמרא סוכּה מ”ז). בײַם דאַװענען אין מוסף זאָגט מען „גשם“. טײל זענען זיך נוהג אין שמיני עצרת צו לײענען „קהלת“. חסידים זענען זיך נוהג בײַנאַכט צו שמיני עצרת אײַנצואָרדענען אין שול „הקפות“.