אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמואל יעקב קאהן"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022
געבורט | ירושלים |
---|
רבי שמואל יעקב קאהן (געב' ט"ו אלול ה'תש"ג) איז דער תולדות אברהם יצחק רבי. ער איז דער עלטסטער זון פון דעם פריערדיקן תולדות אהרן רבי.
ביאגראפיע
רבי שמואל יעקב קאהן איז געבוירן געווארן אין תש"ג צו זיין פאטער רבי אברהם יצחק קאהן, דער רבי פון תולדות אהרן, און זיין ווייב מרת יענטא.
ווען ער איז געווען א בחור, האט תולדות אהרן נישט געהאט קיין ישיבה, האט אים זיין טאטע געשיקט לערנען קיין וויזשניץ, ווייל דער זיידע רבי אהרן ראטה, האט געזאגט אז ער איז צוריק געפארן קיין חוץ לארץ, ווייל אויב אזא צדיק ווי דער אהבת ישראל געפינט זיך נאך אויף דעם עולם, האט ער נישט געקענט בלייבן אין ארץ ישראל.
ער האט געלערנט אין וויזשניץ איין זמן, דארט האט ער מקבל געווען פון דעם אמרי חיים און דאס וואס ער האט מקבל געווען, איז ביי אים געבליבן, און צוליב דעם האבן רוב חסידים פון תולדות אהרן אים נישט געוואלט אויפנעמען, אבער א חלק חסידים זענען געבליבן ביי אים מיטן נאמען "תולדות אברהם יצחק".
שבת ברענט ער ווי א קאכעדיג קעסל, א געוואלדיגער עולם ווארמען זיך ביי די טישן אין תולדות אברהם יצחק יעדן שבת, בחורים פון ישיבות אין ירושלים, און מאסן יונגעלייט, האבען געמאכט דארט זייער קביעות, אסאך רופן אים דער "ירושלים רבי", אדער דער "שבת רבי", אין זיינע יונגערע (געזונטערע) יארן האט ער גיקענט פֿירן טיש 6-7 שעה.
אויך ווען ער פארט קיין חוץ לארץ, שטייען טויזנטער אידן ביי זיינע טישן שעות שעות.
אסאך גרויסע עשירים אין ניו יארק פון פארשידענע קרייזן, האבען זיך אנגעקלעבט אין תולדות אברהם יצחק רבי.
ער פלעגט לערנען אסאך קבלה מיט רבי דניאל פריש.
רוב חסידים פון תולדות אהרן האבן אים נישט געוואלט אויפנעמען פאר ממלא מקום, טראץ זייענדיג דער עלטסטער זון, צוליב פילע פאקטארן ווי פאלגנד:
- זייענדיג א וויזשניצער חסיד.
- זיך נישט דורכגעקומען מיט די גבאים פון טאטן וואס האבן השפעה אויף דעם חסידות.
- ער האט זיך ארומגענומען און מקרב געווען די שוואכע און אפגעפאלענע, וועגן פארשידענע סיבות.
זיינע חסידים (צווישן זיי רבי מאיר בראנסדארפער, רבי דניאל פריש) האבן אים אבער יא געוואלט זייענדיג דער עלטסטער זון, קומט זיך אים לויט ווי עס איז אנגענומען אז דער בכור האט מער חשיבות.
משפחה
רבי שמואל יעקב האט געהייראט מרת שרה חנה פייגא, די טאכטער פון הרב ישעיה שנייבאלג פון זידיטשויב בני ראם. זיי האבן זעכצן קינדער:
- מרת מירל בריינא פערל, ווייב פון הרב אליעזר צבי טויב, זון פון רבי משה פון קאלעוו, רב פון דער קאלעווער שול אין ביתר עילית
- מרת שיינדל לאה, ווייב פון הרב יעקב טייטלבוים, רב פון דער תולדות אברהם יצחק קהילה אין מאנסי
- רבי אהרן, איידעם ביי הרב מנחם מענדל מאנדערער, ראש ישיבה פון תולדות אברהם יצחק
- מרת הינדא, ווייב פון הרב נפתלי יחזקאל שרגא בראך, זון פון הרב אפרים פישל אב"ד מאדע
- הענטשע סירקא, ווייב פון הרב משה הורוויץ, זון פון רבי אביש פון מעליץ וויליאמסבורג
- דבורה סערל, ווייב פון רבי משה יעקב הורוויץ. ספינקא רבי פון עירמאנט
- מרת פרומעט גליקל, אלמנה פון הרב לייבוש טייטלבוים הי"ד (זון פון רבי נחום אפרים פון וואלאווע), אומגעקומען תשס"ט אין דער מומביי טעראר אטאקע.[1] [2]. זי האט געהייראט בזיווג שני רב יהודה קלמן פרענקל, זון פונעם רב פון וויעליפאלי-פלעטבוש.
- הרב חיים מאיר, האט געהייראט מרת גיטל, טאכטער פון רבי מאיר בראנסדארפער. ער איז רב פון דער קהילה אין ביתר עילית
- הרב דוד צבי, איידעם ביי רבי זיידא אליעזר זאב ראזנבוים, פון קרעטשניף סיגעט. ער דינט אלס רב פון דער קהילה אין בית שמש
- הרב ישראל, איידעם ביי הרב דוד שווימער, איז א מו"ץ אין דער עדה החרדית
- מרת רבקה, ווייב פון הרב אלטער ישראל אברהם קרויז, קרעסטיר רב אין מאנסי
- מרת חוה, ווייב פון הרב אפרים אהרן לעמבערגער, זון רבי אברהם יחיאל פון מאקאווא בני ברק
- הרב יואל, איידעם ביי הרב שמואל, זון פון הרב מאיר בראנסדארפער
- מרת מלכה, ווייב פון הרב חנוך העניך טייטלבוים, זון פון רבי יוסף דוד פון סאסאוו
- ישכר בעריש, איידעם ביי רבי מנחם אליעזר זאב פון קרעטשניף
- מרת סימא, ווייב פון הרב יחיאל יהושע רבינאוויטש, זון פון רבי יעקב מנחם פון ביאלע בני ברק
וועבלינקען
- קליפ וויאזוי דער רבי שפאצירט ארום ביים דאווענען ווי אין וויזשניץ אין מירון
- קליפ ווי דער רבי זאגט דברי תורה.
- קליפ פון דער חתונה פונעם רבינס אײניקל מיט דער טאכטער פונעם ניקאלשבורגער רבין.
מקורות
- ↑ אידישע טריבונע, אויסגאבע 1952 (ז' כסלו תשס"ט)
- ↑ מוטי ארגמן, הקדוש רבי אריה ליבוש טיטלבוים הי"ד, חדשות בחדרי חרדים, 29 בנובמבר 2008.