אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שבועות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קאַטעגאָריע)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:41, 22 נאוועמבער 2022

שבֿועות (אַרויסגערעדט: שוואועס) איז איינער פֿון די „שלש רגלים“, פֿון דרײַ יידישע ימים–טובֿים: פסח, שבֿועות, סוכות. דער יום–טובֿ געפֿאלט דעם 6טן אין סיון (דאָס איז אין ארץ–ישׂראל, אין חוץ לארץ איז דער יום–טובֿ אויך צומאָרגנס, דעם 7טן טאָג אין סיון).

דער נאָמען „חג שבֿועות“ שטייט אין חומש (דבֿרים ט”ז) און איז דער טײטש דער יום–טובֿ פֿון די „וואָכן“, ווײַל ווי דער חומש זאגט אין ויקרא כ”ג דאַרף מען אָפצײלן זיבן וואָכן (49 טעג) פֿון 1טן טאָג עומר „ממחרת השבת“ (פֿון צומאָרגנס פֿון שבת), און דער פופציגסטער טאָג איז יום–טובֿ שבֿועות. אין חומש ווערט אָבער ניט געשטאַנען קלאָר, וואָס מען מײנט „ממחרת השבת“. נאָר די תורה שבעל פה דערקלערט, אַז דאָס מײנט מען נישט פֿון „צומאָרגנס פֿון שבת“, פֿון זונטיג, נאָר מען מײנט פֿון „צומאָרגנס פֿון פסח“.[1] דאָס איז אײנער פֿון די הויפט–פונקטן, אין וועלכן די פרושים, די וואס הערן צו צו די פירושים וואס די חכמי ישראל וואָס האלטן פֿון תורה שבעל פה, אונטערשײדן זיך פֿון אַנדערע יודישע סעקטעס, ווי צדוקים, שומרונים, קאַראַיִמער, וועלכע האַלטן, אַז ממחרת השבת מײנט מען פֿון זונטיג, און דעריבער פֿאַלט בײַ זײ שבֿועות שטענדיק אויס אין זונטיג. און חומש הײסט דער יום–טובֿ אויך „חג הקציר“ (מסכת שמות כ”ג), דאָס הײסט דער יום–טובֿ פֿון שנײַדן תבֿואה, יום הבּיכּורים (במדבר כ”ה), דאָס הײסט דער טאָג פֿון דער ערשטער–צײַטיקער תבואה. אין דער משנה און גמרא הײסט ער אויך „עצרת“, און כּדי אים אונטערצושײדן פֿון שמיני עצרת ווערט ער טײל מאָל אָנגערופֿן „עצרת של פסח“.

ווען דער בית המקדש איז געשטאנען

אין בית המקדש איז דער יום–טובֿ געפֿײַערט געוואָרן מיט אָנהײבן ברענגען ביכּורים און אויך מיט ברענגען אויסער די יום–טובֿ קרבנות אויך צװײ ברויט פֿון נײַער תבֿואה (שתי הלחם) מיט די כבשי עצרת און נאך קרבנות.

די צוויי ברויט איז געקומען שוין פון דער נייער תבואה, אבער שוין פון חטים, [פון שעורים האט מען שוין געברענגט ביים הקרבת העומר].

זמן מתן תורתינו

אין דאַווענען ווערט ער אויך אָנגערופֿן „זמן מתן תורתנו“, ווײַל לויט דער יודישער טראַדיציע[2] איז אין ערשטער טאָג שבֿועות געגעבן געוואָרן צו יודן די תורה אויפֿן הר סיני. מען לײענט דעריבער די תורה פֿון חומש שמות די פרשה פֿון קבלת התורה און עשרת הדברות.

תורה ליינען

דעם ערשטן טאג ליינט מען אין דער תורה "בחדש השלישי", און די הפטורה ליינט מען די מעשה מרכבה אין אנהייב ספר יחזקאל.

דעם צווייטן טאג ליינט מען "כל הבכור", און די הפטורה איז "תפלה לחבקוק" אין תרי עשר.


מנהגים

דער יום שבועות האט נישט קיין ספעציעלע מצווה. זי איז בלויז בארימט מיט אירע הייליגע טראדיציאנאלע מנהגים.

תיקון ליל שבועות

די נאַכט צום ערשטן טאָג שבֿועות פירט מען זיך אויף צו זײַן און צו זאָגן תיקון ליל שבועות, קיצור פֿון תנ"ך, משנה, גמרא, און זוהר.

מען פירט זיך אז מען טובל'ט זיך אין מקווה באשמורת הבוקר.

אהבה רבה

און ווי קען מען פארפאסן אזא ארטיקל אנעם דערמאנען ווי אזוי חסידים ואנשי מעשה בכל מקומות מושבותיהם, טוען ביים דאווענען ביי די תפלת אהבה רבה זיך אויסגיסן די הערצער פארן טאטען אין הימל.

ובפרט ביי די ווערטער פון ותן בלבנו בינה להבן ולהשכיל לשמוע ללמוד וללמד וכו', א שטיין צוגייט און די ווענט וויינען מיט.

אין סאטמאר זינגט מען דעם באקאנטן ניגון וואס שטאמט פון רבי הערשלע פון רימאנוב.

אקדמות

Postscript-viewer-blue.svg אקדמות

עס איז אַ מנהג ביי אשכנזים צו זאָגן אקדמות דעם ערשטן טאג שבועות אלס הקדמה צום ליינען די תורה וואס רעדט וועגן די עשרת הדברות.

דער מחבר דערפון איז ר' מאיר בעל אקדמות, און ס'איז באקאנט די לאנגע מעשה מיט סמבטיון און מיטן גלח, וואס צוליב דעם איז ער אהינגעגאנגען צו די עשרת השבטים. מאנכע מאכן אוועק די מעשה, איינע פון די הויפט ראיות אויף דעם נישט ריכטיגקייט פון דעם מעשה איז, אז ער ליגט אין איינע פון די דערפער נעבן ארץ ישראל.


מגלת רות

Postscript-viewer-blue.svg מגילת רות

אין אסאך קהילות ליינט מען מגילת רות (אין חוץ לארץ דעם צווייטן טאג). דעם טעם זאגט מען ווײַל דוד המלך איז נפטר געווארן אום שבֿועות, און זײַן יחוס ווערט דערצײלט אין רות.

יציב פתגם

דעם צווייטן טאג שבועות איז א מנהג צו זינגען דעם פייט "יציב פתגם" נאך די ערשטע צוויי פסוקים פון דער הפטורה.

מילכיגע מאכלים

עס איז א מנהג צו עסן מילכיג'ס שבועות. טייל עסן א מילכיגע יום־טוב'דיגע סעודה. אנדערע עסן מילכיגע מאכלים פאר דער סעודה ווייל מ'וויל עסן פלייש ביי דער סעודה לכבוד יום־טוב.

אסאך טעמים זענען דערויף געזאגט געווארן.

נאר אין קורצן וועלן מיר אויסרעכענען עטליכע: 1. ווען די אידן זענען צוריקגעקומען פון בארג סיני, האבן זיי נישט געקענט עסן זייערע פארטיגע פליישיגע מאכלים צוליב טריפות (מ'האט דאך נישט געהאט גע'שחט'ן כדת וכדין פאר מתן תורה) האט מען געגעסן נאר מילעכיג'ס. 2. אלס זכר צו דעם "ויקח חמאה וחלב" פון אברהם אבינו פאר די מלאכים, וואס נאר א דאנק דעם האבן משה רבינו באזיגט די מלאכים. (כמבואר בחז"ל במס' שבת שם). 3. תורה נמשלה לחלב כמבואר במס' תענית. 4. דער בני יששכר זאגט א טעם עפ"י חסידות ווייל חלב איז חסד. און די תורה איז געגעבן געווארן פאר די אידן במידת החסד, ווארום דער אייבערשטער איז נישט מחויב עפ"י מידת הדין לגלות מסטורין דיליה (זיינע מעשים). אין קאנטראסט צו פרנסה, ווי דער מידת הדין איז מחייב צו פארזארגן א מענטשענס באדערפערנישן כדי ער זאל קענען לעבן אויף דער וועלט און דינען דעם בורא, פונקט אזוי ווי יעדער האר דארף פארזארגן פאר זיינע קנעכט, און אפי' א בעל חי' פארזארגט פאר אירע קינדער,

רעפערענצן


מוסטער:ייִדישע חגים