אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קארדיאלאגיע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022

 

קאַרדיאלאגיע (פון גריכיש καρδίᾱ קאַרדיאַ, "האַרץ" און -λογία אגיאַ, "שטודיע") איז א צווייג פון מעדיצין וואס באהאנדלט הארץ־פֿעלער ווי אויך פֿעלער פון טיילן פון דער בלוט צירקולאציע סיסטעם. דאס פעלד שליסט איין מעדיצינישער דיאגנאז און קוראציע פון  הארצפעלער פון געבורט, קאראנארע הארץ־קראנקייט, הארץ נישט־גענוגיקייט און עלעקטרא־פיזיאלאגיע. דאקטוירים וואס ספעציאליזירן אין דעם דאזיקן פעלד פון מעדיצין רופט מען קאַרדיאלאגן, א ספעציאליטעט פון אינעוועניגסטן מעדיצין.

אלע קארדיאלאגן שטודירן הארץ פעלער, אבער הארץ פעלער פון דערוואקסענער און פון קינדער זענען צוויי באזונדערע דיסציפלינען. א סתם קארדיאלאג פאר דערוואקסענער איז נישט טרענירט צו באהאנדלען קינדער, און קינדער־קארדיאלאגן קענען נישט באהאנדלען דערוואקסענער.