אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ענדאקרינאלע סיסטעם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:32, 22 נאוועמבער 2022

די ענדאקרינאַלע סיסטעם פון אן ארגאניזם איז די זאמלונג פון דריזן וואס שאפן הארמאנען גלייך אין דער צירקולאציע סיסטעם צו פירן צו א ווייטערדיקן ציל ארגאן. דאס איז אנדערש ווי די עקסאקרינאלע סיסטעם, וואס שאפט הארמאנען אין רערלעך, ווי למשל שווייס דריזן. די הארמאנען קאנטראלירן מעטאבאליזם, וואוקס און אנטוויקלונג, און געוועב פונקציע.

דאס ווארט ענדאקרינאל קומט פון גריכיש ἐνδο- ענדא- "אינערהאלב," און κρίνειν קריניין "צו שיידן".

דאס פעלד פון מעדיצין וואס באהאנדלט די ענדאקרינאלע סיסטעם ווערט גערופן ענדאקרינאלאגיע.


מענטשליכע ארגאן-סיסטעמען        

אטעם-סיסטעם - אימיון-סיסטעם - בלוט צירקולאציע - הערן סיסטעם - זען סיסטעם - חוש-סיסטעם - לימפאטישע סיסטעם - פארדייאונג סיסטעם - נערוון סיסטעם - ענדאקרינאלע סיסטעם - פארמערן סיסטעם - מוסקלען