אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מארטין בובער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:24, 22 נאוועמבער 2022

Martin Buber portrait.jpg

מארטין (מרדכי) בובער (8טן פעברואר 1878, וויען, עסטרייך - 13טן יוני 1965, ירושלים) איז געווען א פארשער און דענקער, און מחנך.

בעיקר האט ער זיך באשעפטיקט מיט גייסט וויסנשאפט, סאציאל וויסנשאפט, און חסידות. ווי אויך האט ער איבערגעטייטשט דעם תנ"ך צו דייטשיש. בובער האט אנגעהערט צו דעם רוחניותדיקן ציוניזם, וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך אחד העם.

ער איז געווען א גרויסער שטיצער, פון א ביי נאציאנאל לאנד, פון יידן און פאלעסטינער. ער איז געווען א סאציאליסט, און פלעגט אייביק ארונטעררייסן די ישראל רעגירונג, פארן נישט זיין גענוג סאציאליסטיש, ער איז אויך געווען אנגעשטעקט מיט אנארכיסטישע מיינונגען, ווי עס דערקענט זיך אין זיינע שריפטן.

זיין פאמיליע איז געווען א רעליגיעזע, ער האט אבער פארלאזט די רעליגיע, זיין משפחה איז געווען א חסידישע, און דארט האט ער זיך גענומען פארשן חסידות. ווען ער האט געמאכט עליה, קיין ארץ ישראל אין די 1930ער יארן, איז ער געווארן פון די הויפט פערזענלעכקייטן און פראפעסארן אין דעם העברעישן אוניווערסיטעט.