אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ישראל שומאכער"
ק (Bot: Migrating 3 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2919746 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:21, 22 נאוועמבער 2022
ישראל שומאכער (1908, לאדזש - 21סטן מיי 1961,ישראל), איז געווען א זינגער, קאמיקער, און אן אקטיאר אין טעאטער, אויף יידיש.
שומאכער איז געבוירן אין לאדזש, פוילן, אין יאר 1908.
אין 1928, האט ער זיך אנגעשלאסן אין די קליין קונסט טעאטער, פון משה בראדערזאן. דארט האט ער באגעגנט זיין שותף שמעון דזשיגאן, וואס זיי האבן צוזאמען געגרינדעט, די דזשיגאן און שומאכער קאמישע פאר, וואס איז געווען זייער פאפולער, אין פוילן פון צווישן די צוויי וועלט מלחמות.
אין 1931 זענען די צוויי אריבער קיין ווארשע, ווי זיי האבן פארגעזעצט מיט זייער ארבעט, צוזאמען האבן זיי געשפילט אויף פילמען, איידער די אויסברוך פון דער צווייטער וועלט קריג.
ווען די נאציס האבן אינוואדירט פוילן, איז שומאכער אנטלאפן קיין ראטן פארבאנד, אינאיינעם מיט דזשיגאן, און דארט האבן זיי ווייטער פארגעשטעלט זייערע פרעזענטאציעס. ווען די אנדערס ארמיי, איז אויפגעשטעלט געווארן, האבן די צוויי זיך איינגעמאלדן, אבער די סאוועטן האבן געטענהט, אז די צוויי זענען דעזערטירער פון די רויטע ארמיי, און דעריבער זיי איינגעזעצט, און אן ארבעטס לאגער.
אין 1946, זענען די צוויי פארשוינט געווארן, און צוויי יאר שפעטער איז געגעבן געווארן ערלויבעניש פאר זיי, צו פארלאזן רוסלאנד. און זיי האבן זיך אומגעקערט קיין פוילן.
אין 1950 האבן זיי געמאכט עליה, און האבן געהאט גרויס סוקסעס מיט זייערע פארשטעלונגען, די רעגירונג איז דעמאלט געווען פארטון, אין טוישן די שפראך צו העברעיש, און האט דעריבער זיי געמאכט אסאך שוועריקייטן מיט זייערע פארשטעלונגען. שומאכער און דזשיגאן, האבן פארלאזט דאס לאנד, און זענען געפארן קיין ארגענטינע, דארט האט קיינער זיי נישט געמאכט קיין פראבלעמען. צום סוף נאך אן אויסגלייך, אין וועלכע א דריטל פון זייערע פארשטעלונגען וועלן זיין העברעיש, זענען זיי צוריק געקומען.
אין 1960 האבן די צוויי פארטנערן זיך פארנאנדער געטיילט, נאכן האבן מערערע מיינונגס פארשידענהייטן. דאס איז שוין נאך א לענגערע צייט, וואס די צוויי האבן צוזאמען אויפן בינע, נישט אויסגעטוישט קיין ווארט צווישן זיך. שומאכער האט געגרינדעט זיין אייגענע טעאטער, און האט פארגעשטעלט "קידוש השם" פון שלום אש.
אום 21סטן מיי 1961, נאכן נישט זיין געזונט, איז ער געשטארבן אין ישראל. ער האט איבער געלאזט א ווייב און א טאכטער.