בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,708
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 6: | שורה 6: | ||
==קאריערע און עשירות== | ==קאריערע און עשירות== | ||
לויט מדרשי חז"ל, איז המן אין זיין יוגנט געווען א פשוט'ער שערער אין דעם דארף כפר קרצום פאר צוויי-און-צוואנציג יאר{{הערה|{{בבלי|מגילה|טז|א}}}}. שפעטער איז ער געווארן א גענעראל אין דער פערסישער ארמיי. חז"ל דערציילן אז | לויט מדרשי חז"ל, איז המן אין זיין יוגנט געווען א פשוט'ער שערער אין דעם דארף כפר קרצום פאר צוויי-און-צוואנציג יאר{{הערה|{{בבלי|מגילה|טז|א}}}}. שפעטער איז ער געווארן א גענעראל אין דער פערסישער ארמיי. חז"ל דערציילן אז אמאל, בשעת א קריג, איז המן געבליבן אן געלט און שפייז פאר זיין ארמיי, און ער האט זיך געמוזט פארקויפן אלס א קנעכט פאר מרדכי פאר א שטיק ברויט. שפעטער, ווען המן איז געשטיגן לגדולה און פארלאנגט אז יעדער זאל זיך בוקן צו אים, האט אים מרדכי דערמאנט אז ער איז זיין קנעכט{{הערה|{{בבלי|מגילה|טו|ב}}. זעט די [https://shas.alhatorah.org/Full/Megillah/15b.2 פארשידענע נוסחאות אין כתבי יד].}}. | ||
המן איז געווארן איינער פון די גרעסטע עשירים אין דער וועלט. לויטן מדרש האט ער דעם עשירות באקומען דורך רויבן די אוצרות פון די מלכי יהודה און דעם בית המקדש וואס נבוכדנצר האט גענומען{{הערה|מדרש הגדול, במדבר טז, א}}. | המן איז געווארן איינער פון די גרעסטע עשירים אין דער וועלט. לויטן מדרש האט ער דעם עשירות באקומען דורך רויבן די אוצרות פון די מלכי יהודה און דעם בית המקדש וואס נבוכדנצר האט גענומען{{הערה|מדרש הגדול, במדבר טז, א}}. | ||
==גזירה קעגן די אידן== | ==גזירה קעגן די אידן== | ||
אחשורוש האט געהעכערט המן איבער אלע שרים און באפוילן יעדן זיך צו בוקן צו אים. מרדכי האט זיך אבער | אחשורוש האט געהעכערט המן איבער אלע שרים און באפוילן יעדן זיך צו בוקן צו אים. מרדכי האט זיך אבער אנטזאגט צו בוקן, ווייל המן האט געהאט אן עבודה זרה אויף זיין הארץ אדער קליידער{{הערה|{{רבה|אסתר|ז|ה}}}}. המן איז געווארן פיל מיט כעס און האט באשלאסן אז עס איז אים נישט גענוג נקמה צו נעמען בלויז אין מרדכי אליין, נאר ער וויל פארטיליגן דאס גאנצע אידישע פאלק. | ||
כדי צו וויסן ווען עס איז די בעסטע צייט אויסצופירן זיין פלאן, האט ער געווארפן גורלות ("פור"). דער גורל איז געפאלן אויף דעם חודש אדר. המן האט זיך זייער געפרייט ווייל ער האט געוויסט אז משה רבינו איז נפטר געווארן אין אדר, אבער ער האט נישט געוויסט אז משה איז אויך געבוירן געווארן אין יענעם חודש{{הערה|{{בבלי|מגילה|יג|ב}}}}. המן האט אנגעבאטן פארן קעניג | כדי צו וויסן ווען עס איז די בעסטע צייט אויסצופירן זיין פלאן, האט ער געווארפן גורלות ("פור"). דער גורל איז געפאלן אויף דעם חודש אדר. המן האט זיך זייער געפרייט ווייל ער האט געוויסט אז משה רבינו איז נפטר געווארן אין אדר, אבער ער האט נישט געוויסט אז משה איז אויך געבוירן געווארן אין יענעם חודש{{הערה|{{בבלי|מגילה|יג|ב}}}}. | ||
המן האט געפרואווט איבערצייגן אחשורוש'ן אז די אידן היטן נישט די געזעצן פונעם קעניג און האבן אייגענע דתים. ער האט אפילו אנגעבאטן פארן קעניג 10,000 כיכר כסף אויב ער לאזט אים אויספירן דעם פלאן, אבער אחשורוש האט אים געזאגט ער קען האלטן דאס געלט און טון מיט די אידן ווי ער וויל. | |||
==מפלה און טויט== | ==מפלה און טויט== | ||
די מפלה פון המן האט זיך אנגעהויבן ווען דער קעניג | די מפלה פון המן האט זיך אנגעהויבן ווען אסתר המלכה האט אים געלאדנט צו א סעודה. יענע נאכט האט דער קעניג נישט געקענט שלאָפן און מען האט אים דערמאנט אז מרדכי האט אים געראטעוועט פון א מאָרד-פלאן. המן איז געקומען בעטן רשות צו הענגען מרדכי, אבער דער קעניג האט אים באפוילן צו טון גרויס כבוד פאר מרדכי. המן האט געמוזט פירן מרדכי אויף א פערד דורך די גאסן פון שושן און אויסרופן זיין כבוד. | ||
א באקאנטער מדרש דערציילט אז המן'ס טאכטער, מיינענדיג אז איר פאטער רייט אויפן פערד און מרדכי פירט אים, האט ארויסגעגאסן א טאָפּ מיט שמוץ אויף איר פאטער'ס קאפּ. ווען זי האט געזען איר טעות, האט זי זיך אראפגעווארפן פון דאך און געשטארבן{{הערה|{{בבלי|מגילה|טז|א}}}}. | א באקאנטער מדרש דערציילט אז המן'ס טאכטער, מיינענדיג אז איר פאטער רייט אויפן פערד און מרדכי פירט אים, האט ארויסגעגאסן א טאָפּ מיט שמוץ אויף איר פאטער'ס קאפּ. ווען זי האט געזען איר טעות, האט זי זיך אראפגעווארפן פון דאך און געשטארבן{{הערה|{{בבלי|מגילה|טז|א}}}}. | ||
שפעטער, ביי א צווייטן משתה וואס אסתר האט געמאכט, האט זי אויסגעזאגט פארן קעניג אז המן וויל איר און איר פאלק פארטיליגן. דער קעניג איז געווארן זייער בייז און האט באפוילן צו הענגען המן אויף דער תליה | שפעטער, ביי א צווייטן משתה וואס אסתר האט געמאכט, האט זי אויסגעזאגט פארן קעניג אז המן וויל איר און איר פאלק פארטיליגן. חרבונה, איינער פון די סריסים, האט אנגעוויזן אויף די הויכע תלייה (50 אמה) וואס המן האט געבויט פאר מרדכי. דער קעניג איז געווארן זייער בייז און האט באפוילן צו הענגען המן אויף דער זעלבער תליה. המן איז געהאנגען געווארן דעם צווייטן טאג פסח (ט"ז ניסן){{הערה|{{רבה|אסתר|י}}; {{בבלי|מגילה|טז|א}}}}, און נאך אים זיינע צען זין. | ||
==משפחה== | ==משפחה== | ||
*[[זרש]]: זיין ווייב, וואס האט אים געגעבן די עצה צו בויען די תליה פאר מרדכי. אינעם פיוט שושנת יעקב ווערט געזאגט אויף איר "ארורה זרש". | *[[זרש]]: זיין ווייב, וואס האט אים געגעבן די עצה צו בויען די תליה פאר מרדכי. אינעם פיוט שושנת יעקב ווערט געזאגט אויף איר "ארורה זרש". | ||
*[[בני המן|די צען זין]]: זייערע נעמען ווערן אויסגערעכנט אין דער מגילה. לויט חז"ל האט ער געהאט פיל מער קינדער; טייל זאגן 30, טייל 70, און טייל אפילו 208. | *[[בני המן|די צען זין]]: זייערע נעמען ווערן אויסגערעכנט אין דער מגילה. לויט חז"ל האט ער געהאט פיל מער קינדער; טייל זאגן 30, טייל 70, און טייל אפילו 208(די גימטריא פון "ורב" בניו). ער האט אויך געהאט א טאכטער, וואס האט זיך גענומען דאס לעבן. | ||
טראץ זיין גרויסער רשעות, ברענגט די גמרא (גיטין נז ע"ב) אן ערשטוינענדע פאקט: "מבני בניו של המן למדו תורה בבני ברק". לויט טייל מקורות, איז דער אמורא [[רב שמואל בר שילת]] געווען אן אייניקל פון המן. דאס דינט אלס א סימן פארן כוח פון תשובה און תורה. | |||
==המן אין דער מסורה און מנהגים== | ==המן אין דער מסורה און מנהגים== | ||
קלאפן המן: צוליב דעם מצוה פון "מחה תמחה את זכר עמלק", איז דא א מנהג צו מאכן רעש מיט גראגערס און קלאַפּן מיט די פיס יעדער מאל וואס המן'ס נאמען ווערט דערמאנט ביים ליינען די מגילה. | |||
אינעם פיוט שושנת יעקב, וואס מען זאגט נאך דער מגילה, דערמאנט מען "ארור המן". | אינעם פיוט שושנת יעקב, וואס מען זאגט נאך דער מגילה, דערמאנט מען "ארור המן". | ||
[[המן-טאשן]]: א מאכל וואס מען עסט פורים. דאס ווארט שטאמט פון "מאָן-טאשן", אבער עס ווערט אנגערופן נאך המן צו דערמאנען זיין מפלה. | המן-פארברענען: אין געוויסע קהילות איז געווען א מנהג צו פארברענען א בובה פון המן. | ||
[[המן-טאשן]]: א דריי-עקיגע מאכל וואס מען עסט פורים. דאס ווארט שטאמט פון "מאָן-טאשן", אבער עס ווערט אנגערופן נאך המן צו דערמאנען זיין מפלה. | |||
אין דער היינטיגער צייט ווערט זיין נאמען אפט גענוצט אלס א סימבאל פאר אלע פיינט פון אידישן פאלק, ווי למשל אדאלף היטלער ימ"ש. עס איז דא א באקאנטער רמז אין די קליינע אותיות (ת' ש' ז') אין די נעמען פון די צען זין פון המן, וואס באטרעפט אין גימטריא {{לינקס צו רעכטס|(5)707}} – דאס יאר פון די נורעמבערג פראצעסן (1946), ווען צען הויפט נאצי פירער זענען געהאנגען געווארן. [[יוליוס שטרייכער]] האט אפילו אויסגעשריגן "פורים-פעסט 1946" פאר זיין טויט{{הערה|1=https://www.thetorah.com/article/purimfest-1946-the-nuremberg-trials-and-the-ten-sons-of-haman}}. | |||
==אין אנדערע קולטורן== | |||
אינעם [[קוראן]] (איסלאם) ווערט המן דערמאנט נישט אין פערסיע, נאר אלס א מיניסטער און ארכיטעקט פאר פרעה אין מצרים, וואס האט געבויט א הויכן טורעם. | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
רעדאגירונגען