בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,486
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 21: | שורה 21: | ||
אייבעשיץ האָט פאַרנומען הויכע פּאָזיציעס: ער איז געווען [[דיין]] אין פּראָג, און פון 1741 ביז 1750 האָט ער געדינט ווי הויפּט-רב פון מעץ. אין 1750 איז ער געוואָרן הויפּט-רב פון די דריי קהילות אה"ו. ער איז געווען אַ [[בעל שם]] וואָס פלעגט שרייבן קמיעות, ספּעציעל פאַר שוואַנגערע פרויען און חולאים. | אייבעשיץ האָט פאַרנומען הויכע פּאָזיציעס: ער איז געווען [[דיין]] אין פּראָג, און פון 1741 ביז 1750 האָט ער געדינט ווי הויפּט-רב פון מעץ. אין 1750 איז ער געוואָרן הויפּט-רב פון די דריי קהילות אה"ו. ער איז געווען אַ [[בעל שם]] וואָס פלעגט שרייבן קמיעות, ספּעציעל פאַר שוואַנגערע פרויען און חולאים. | ||
==דער | ==הינטערגרונט און שורש פון דער מחלוקת== | ||
שבתי צבי | נאך דעם וואס דער פאלשער משיח שבתי צבי האט זיך געטויפט צו איסלאם אין יאר תכ"ו, זענען נאך פארבליבן געהיימע גרופעס ("שבתאים") וואס האבן ווייטער געגלויבט אין אים. שבתיאישע געדאַנקען, וואָס האָבן גענוצט די קבלה פון אריז"ל, האָבן זיך פאַרשפּרייט אין סודות'דיגע צעלן איבער גאַנץ אייראָפּע. רבנים אין יענער צייט זענען געווען זייער פארזיכטיג און האבן כסדר געזוכט אויסצוראטן יעדן זכר פון שבתאות. רבי יעקב עמדין האָט זיך געזען ווי דער פאָרזעצער פון זיין פאָטער'ס קאַמף קעגן דער דאָזיגער כּפירה{{הערה|1=https://jewishhomela.wordpress.com/2016/01/08/jewish-history-amulets-accusations-controversy-the-devastating-polemic-between-rabbi-yaakov-emden-and-rabbi-yonason-eybeschutz-part-one/}}. | ||
די חשדות קעגן | די חשדות קעגן ר' יהונתן זענען נישט געווען נייע. שוין אין יאר תפ"ה אין פראג איז ער נחשד געווארן אין שבתאות צוליב א כתב-יד "ואבא היום אל העין" וואס מען האט אים צוגעשריבן און אַ באַקאַנטשאַפט מיט [[נחמיה חיה חיון]], אַ שבתיאישער פּראָפּאַגאַנדיסט, מיט וועמען מען האָט געפונען קאָרעספּאָנדענץ. ר' יהונתן האָט דעמאָלט אונטערגעשריבן אַ חרם קעגן דער באַוועגונג, און מען האָט געגלייבט אַז די חשדות זענען פאַלש{{הערה|פראגר, גחלי אש, ח"א, דף 112ב}}. | ||
אין יאר תק"י איז רבי יונתן באשטימט געווארן אלס רב פון די "דריי קהלות" (אלטאנא, האמבורג, און וואנדסבעק – אה"ו). דארט האט געוואוינט רבי יעקב עמדין (1697–1776), א זון פון חכם צבי, וואס איז געווען א באקאנטער קנאי קעגן שבתאות. טייל היסטאריקער מיינען אז עס איז אויך געווען א פערזענליכע קנאה, ווייל דער יעב"ץ האט געפילט אז דאס רבנות אין אה"ו קומט אים אלס ירושה פון זיין פאטער{{הערה|1=פאר א שארפע רבנישע קריטיק אויף ר' יעקב עמדינ'ס כאראקטער, און ביישפילן ווי זיין כאראקטער האט שלעכט באאיינפלוסט זיינע כתבים, זעט [[רבי מאיר דן פלאצקי]], "לכותבי הסתוריא" אין "דגלנו" יארגאנג ב' (תרפ"ב), נומער ה-ו, זייטן קח-קי, און נומער י-יא, זייטן קצא-קצד; און אין יארגאנג ג' (תרפ"ג), נומער יב, זייטן רל-רלג. | |||
פאר א טיפישן היסטאריקער און אפולוגיסט וואס ערקלערט אוועק ר' יעקב עמדינ'ס התנגדות אלס באזירט בעיקר אויף קנאה, זעט י. דוקקעס, "[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=29073&st=&pgnum=60 חכמי אה”ו]" (האמבורג, תרס"ח), זייטן 55–63. | |||
א ברייטע רייע פון אנדערע מאטיוון פאר ר' יעקב עמדינ'ס התנגדות זענען פארגעשלאגן געווארן, אריינגערעכנט עקאנאמישע פאקטארן (זעט צ.ב.ש. מ.י. כהן, "ר' יעקב עמדין: א מענטש פון מחלוקת", פילאדעלפיע, 1937); הלכה'ישע ענינים (זעט צ.ב.ש. רבי ר. מרגליות, "סיבת התנגדותו של רבינו יעקב מעמדין לרבינו יהונתן אייבשיץ", תל אביב, 1941); און קבל'ישע השערות (זע צ.ב.ש. [[רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין פון קאמארנא|רבי י.י. סאפרין]], "נתיב מצותיך" [צום ערשטן מאל ארויסגעגעבן אין לעמבערג, 1858] ירושלים, 1983, זייט 117, און רבי ע.י. שלעזינגער, "[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=39542&st=&pgnum=189 קונטרוס שמרו משפט תנינא]", ירושלים, 1914, דף עב,א).}}. | |||
==די קמיעות מחלוקת== | ==די קמיעות מחלוקת== | ||
===די אָנהייבונג פון מחלוקת=== | ===די אָנהייבונג פון מחלוקת=== | ||
די מחלוקת | די מחלוקת האט אויסגעבראכן אום ט' שבט תקי"א (פעברואר 4, 1751), ווען ר' יעקב עמדין האט עפנטליך דערקלערט אז קמיעות וואס רבי יונתן האט געגעבן אין [[מעץ]] פאר יולדות זענען פול מיט שבתאי'שע כפירה. רבי עמדין נאָכגעקוקט די קמיעות און געפונען אז די קמיעות האָבן אַנטהאַלטן סודותדיגע רמזים צו שבתי צבי. דער יעב"ץ האט מפענח געווען די ווערטער אין די קמיעות דורך [[א"ת ב"ש]] און געטענה'ט אז דארט שטייט בפירוש דער נאמען פון שבתי צבי אלס משיח. | ||
===עמדינ'ס קלאַגעס און פאַרעפנטליכונגען=== | ===עמדינ'ס קלאַגעס און פאַרעפנטליכונגען=== | ||
רעדאגירונגען