אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לב טהור"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
4,828 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 3 חדשים
שורה 22: שורה 22:


דעם 29סטן מערץ 2021, האט די פאליציי אין גוואַטעמאַלע נאכאמאל אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת, כדי צו ארעסטירן דריי פון זייערע מיטגלידער און זיי אויסצוליפערן קיין אמעריקע. איינער פון זיי איז דארט ארעסטירט געווארן. אין יולי 2021 האט די פאליציי פון גוואַטעמאַלע אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת, אינאיינעם מיט דער FBI און אינטערפאל, און האבן ארעסטירט די צוויי ברידער, יואל און שמואל וויינגארטן. מען האט זיי באשולדיגט צווישן אנדערעס אין קידנעפן קינדער.
דעם 29סטן מערץ 2021, האט די פאליציי אין גוואַטעמאַלע נאכאמאל אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת, כדי צו ארעסטירן דריי פון זייערע מיטגלידער און זיי אויסצוליפערן קיין אמעריקע. איינער פון זיי איז דארט ארעסטירט געווארן. אין יולי 2021 האט די פאליציי פון גוואַטעמאַלע אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת, אינאיינעם מיט דער FBI און אינטערפאל, און האבן ארעסטירט די צוויי ברידער, יואל און שמואל וויינגארטן. מען האט זיי באשולדיגט צווישן אנדערעס אין קידנעפן קינדער.
===פרואוו אריבערצוציען קיין איראן און די באלקאן לענדער===
אין אקטאבער 2021, האבן די מיטגלידער פון דער כת געפרואווט צו דערגרייכן קיין איראן, נאך וואס זיי האבן שוין אין 2018 אריינגעגעבן א בקשה פאר פאליטישן אזיל.
אין דעצעמבער 2021, איז אין דער טעלעוויזיע-פראגראם "עובדה" געוויזן געווארן אן עפיזאד, וואס האט געצייגט די השתדלות פון א פאטער וואס האט פארלאזט די כת, אומצוקערן זיין קינד צו זיך. אין דעם עפיזאד איז געוויזן ווי די מיטגלידער פון דער כת זענען ארויס פון גוואַטעמאַלע קיין מעקסיקע, פון דארט ווייטער קיין טערקיי, אבער דארט האט מען זיי אפגעהאלטן דורכצופארן קיין קורדיסטאן. נאך דעם וואס מ'האט זיי אפגעהאלטן פון גיין קיין איראן, האבן די טערקישע באאמטע באשלאסן צו דעפארטירן די מיטגלידער קיין רומעניע, וואס האט זיי דעפארטירט קיין מאלדאווע, וואו זיי זענען דעפארטירט געווארן נאך ווייניגער ווי צוויי וואכן.
אין יאנואר 2022, איז א טייל פון די מיטגלידער געזען געווארן אין דער שטאט סאראיעוואָ, אין באסניע און הערצעגאָווינע. נאך דריי וואכן אין לאנד, דעם 3טן פעברואר, צוליב קלאגעס פון די לאקאלע איינוואוינער, דער ארטיגער אידישער קהילה און פובליקאציעס אין די לאקאלע מעדיע איבער דער כת, איז די גרופע פון 37 חברים דעפארטירט געווארן פון לאנד און איז אריבער אין דער שכנות'דיגער מאנטענעגרא. לויט דעם אויסערן־מיניסטעריום פון מאנטענעגרא, איז די גרופע ארויס פון לאנד נאך יענעם טאג קיין אַלבאַניע. א וואך שפעטער איז די גרופע אריבער קיין צפון מאקעדאניע. צום ערשט זענען די מיטגלידער געווען אין קומאַנאָוואָ, אבער זענען דעפארטירט געווארן און זענען אריבער קיין סקאָפּיע. נאך א קורצע צייט, זענען רוב פון די מיטגלידער אומגעקערט געווארן קיין אַלבאַניע.
==היינטיגער מצב פון דער קהילה===
אין יולי 2022 איז פארעפנטלעכט געווארן אן אויספארשונג אויפן חרדישן אינטערנעט-זייטל "כיכר השבת", וואס האט געטענה'ט אז די קהילה האט זיך צעפאלן און אז די מיטגלידער און משפחות פון דער כת זענען זיך צעשפרייט געווארן אין פארשידענע לענדער. ארום צוויי חדשים שפעטער, אין סוף אויגוסט, האבן פאליציי לייט דורכגעפירט אן אויספארשונג אין דעם קאמפלעקס פון דער כת אין מאלדאווע. אין סוף סעפטעמבער, האט די פאליציי פון מעקסיקע ארעסטירט 17 מיטגלידער פון דער כת וואס זענען געווען לעבן דער גרענעץ פון גוואַטעמאַלע, אבער זיי זענען אנטלאפן פון טורמע אין די שפעטע שעות פון דער נאכט.
דעם 20סטן דעצעמבער 2024, האבן די זיכערהייט קרעפטן אין גוואַטעמאַלע איבערגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת און האבן באפרייט ארום 160 קינדער און יונגע לייט וואס זענען געווען דארט און זענען געווען א קרבן פון אויסנוצן און מענטשן-האנדל. ארום 40 פרויען זענען אויך ארעסטירט געווארן. מער ווי 480 פאליציי לייט, סאלדאטן און פסיכאלאגן האבן זיך באטייליגט אין דער אקציע, און מען האט קאנפיסקירט קאמפיוטערס, טעלעפאנען און אנדערע זאכן צו זאמלען באווייזן. בעת'ן איבערפאל, זענען געפונען געווארן באגראבענע קערפערס, און מען טוט אויספארשן צי זיי געהערן צו די קינדער וואס זענען געווען אין דער כת.


==הנהגות און דעות==
==הנהגות און דעות==

נאוויגאציע מעניו