אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:לאנד-ראבינער"

658 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 8 חדשים
קיין רעדאגירונג באמערקונג
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
 
שורה 23: שורה 23:
אין דער צייט פון מהר"ל זענען די קהילות פון מעהרן קלאר געווען זייער קליין. זיי זענען באשטאנען פון פליטים וועלכע זענען דורך דעם איינפלוס פון קאַפּיסטראַנאָ פארטריבן געווארן פון די גרויסע שטעט ווי [[ברין]] און אָלמיץ (1454) און האבן זיך באזעצט וואו נאָר א גוטווילנדער אדלער האט זיי אויפגענומען אונטער זיין שוץ. וויבאלד זיי האבן געגרינדעט קהילות וואס זענען געווען צו קליין צו באשעפטיגן א גוט־קוואליפיצירטן רב, האבן זיי אויסגעקליבן איינעם וואס האט געהאט זיין זיץ אין איינער פון די גרעסטע קהילות פון דער פּראווינץ צו דינען אלס זייער דיין. ענליכע באדינגונגען האבן געהערשט אנדערש וואו אויך. די אידן וואס האבן געלעבט אין דעם פירשטנטום [[באמבערג]] האָבן אין 1619 באַקומען אַן ערלויבעניש צו וועלן א "פּאומייסטער אָדער אָבריסטן רב", און זיי האבן מעגליך געהאט אזא באאמטער פריער{{הערה|עקשטיין, "Gesch. der Juden im Ehemaligen Fürstbistum Bamberg", זייטן 62, 157, באַמבערג, 1898}}. די קהילות פון דעם פירשטנטום עטינגען, אויך געגרינדעט פון פליטים פון גרעסערע שטעט ווי נערדלינגען, האבן געהאט א לאנדעס-ראבינער פון פריע צייטן{{הערה|מילער, "Aus Fünf Jahrhunderten", זייט 171, אויגסבורג, 1900}}. די אידן וואס האבן געלעבט אונטערן שוץ פון דעם עלעקטאָר און דעם ארכיבישאף פון [[מיינץ]] האבן אין 1718 געהאט [[ישכר בער עסקלס]] אלס זייער לאנדעס-ראבינער{{הערה|באַמבערגער, "Historische Berichte über die Juden ... Aschaffenburg ", זייט 18, שטראסבורג, 1900}}). דער טיטל איז צומאל געגעבן געווארן אלס א צייכן פון אויסצייכענונג; אזוי האט [[רבי שמשון ווערטהיימער]] אין 1717 באקומען פון קייסער [[קארל דער זעקסטער]] דעם טיטל פון לאנדעס-ראבינער פון אונגארן ("pro archi sive superiori Judæorum Rabbino"). זיין איידעם, דער אויבנדערמאנטער עסקלס, וועלכער (כאטש ער האט רעזידירט אין וויען, זייענדיג פארבונדן מיט זיין שווער'ס באנק־געשעפט דארט) האט איבערגענומען זיין פאטער, גבריאל עסקלס, אלס לאנדעס-ראבינער פון מעהרן, איז באַשטימט געווארן (1725) נאך ר' שמשונ'ס פּטירה אלס זיין נאכפאלגער אלס לאנדעס-ראבינער פון אונגארם{{הערה|קויפמאן, "Samson Wertheimer", זייט 104, וויען, 1888; ווירצבאך, "Biographisches Lexikon", s.v. "Eskeles"}}.

אין ווייסרוסלאַנד האָט די וויכטיקסטע ראָלע אין וועד המדינה געשפילט דער רב־המדינה, באַזונדערס ווען דעם דאָזיקן אַמט האָבן פאַרנומען ר' שאול ב"ר נפתלי הירץ און זיין זון ר' יצחק אייזיק גינצבורג (צווישן 1710 און 1750). דער רב־המדינה איז געווען פאָרזיצער פון וועד און פלעגט צונאָיפרופן די וועד־אַסיפות. ער פלעגט אויך אַרומפאָרן איבער די קהילות פון זיין "יעפּאַרכיע" און אַרויסגעבן פּסקים אין סכסוכים צווישן די הויפּט־קהילות און זייערע סביבות און צווישן קהל און זיינע מיטגלידער. ער פלעגט חתמענען דער ערשטער אויף אַלע תקנות און ווענדונגען פון וועד המדינה. זיין יערלעכער געהאַלט האָט לויטן בודזשעט פון יאָר 1732/1733 באַטראָפן 500 גילדן, בעת דער געהאַלט פון די אָרטיקע רבנים איז אינעם זעלביקן בודזשעט פעסטגעשטעלט געוואָרן אויף אַ העלפט — 250 גילדן. משמעות אַז די הערשערישע שטעלונג פון רב־המדינה האָט אַרויסגערופן אומצופרידנקייט אין טייל קהילות.
==אין רייסן און ווייסרוסלאנד==
אין ווייסרוסלאנד האט די וויכטיגסטע ראלע אין וועד המדינה געשפילט דער רב־המדינה, באזונדערס ווען דעם דאָזיגן אמט האבן פארנומען ר' שאול ב"ר נפתלי הירץ און זיין זון ר' יצחק אייזיק גינצבורג (צווישן 1710 און 1750). דער רב־המדינה איז געווען פאָרזיצער פון וועד און פלעגט צונויפרופן די וועד־אסיפות. ער פלעגט אויך ארומפארן איבער די קהילות פון זיין "יעפּאַרכיע" און ארויסגעבן פּסקים אין סכסוכים צווישן די הויפּט־קהילות און זייערע סביבות און צווישן קהל און זיינע מיטגלידער. ער פלעגט חתמענען דער ערשטער אויף אלע תקנות און ווענדונגען פון וועד המדינה. זיין יערליכער געהאלט האט לויטן בודזשעט פון יאר 1732/1733 באטראפן 500 גילדן, בעת דער געהאלט פון די ארטיגע רבנים איז אינעם זעלביגן בודזשעט פעסטגעשטעלט געווארן אויף א העלפט — 250 גילדן. משמעות אז די הערשערישע שטעלונג פון רב־המדינה האט ארויסגערופן אומצופרידנקייט אין טייל קהילות{{הערה|ישעיה טרונק, געשטאלטן און געשעענישן, בוענאס־איירעס, תשכ"ג, ז' 67}}.

אין יאָר 1752 האָט זיך ר' מאיר מרגליות באַמיט צו ווערן לאַנדעס־ראַבינער פון רייסן און האָט קאָנקורירט מיטן באַקאַנטן רב ר' חיים ראַפּאַפּאָרט, וועלכער האָט זיך אויך באַמיט צו באַקומען אָט־דעם בכבודיקן פּאָסטן. ענדלעך האָבן די פרנסים באַשלאָסן צו טיילן דעם פּאָסטן צווישן צוויי רבנים, און געבן דעם רב מרגליות דעם טיטל "סובאַלטערנוס ראַבינוס" (וויצע־ראַבינער) ", כאָטש מען האָט אייגענטלעך נישט געטאָרט טיילן אָט־דעם פּאָסטן אָן אַ דערלויבעניש פון וואָיעוואָדאַ. דאָס באַווייַזט ווי הויך זיי האָבן געשאַצט די פערזענלעכקייט פון הרב מרגליות און ווי שווער עס איז זיי געווען זיך צו אַנטשיידן פאַר איינעם פון די צוויי רבנים. ר' מאיר'ס ברודער, ר' יצחק־בער, וועלכער איז געוויילט געוואָרן אַלס רב אין יאַזלאָוויץ און אין זאַלישטשיק נאָך זיין פאָטערס טויט, איז אויך געווען לאַנדעס־ראַבינער פון פּאָדאָליע און האָט זיך באַטייליקט אין וויכוח מיט די פראַנקיסטן אין קאַמעניץ פּאָדאָלסקי צוזאַמען מיטן פרנס לייב בן דניאל, און האָט זיך אויך באַטייליקט אין יוִכוח אין לעמבערג אין יאָר 1759. ר' יצחק בער מרגליות איז געווען דער לעצטער נאמן פון וועד־המדינה (לאַנדעס־קאָמיטעט) פון פּאָדאָליע און האָט אין יאָר 1763, צוזאַמען מיטן פרנס לייב בן דניאל, געחתמעט דעם פּראָטאָקאָל וועגן ליקווידירן די חובות פון קאָמיטעט.
אין יאר 1752 האט זיך [[רבי מאיר מרגליות]] באמיט צו ווערן לאנד־ראבינער פון רייסן און האט קאנקורירט מיטן באקאנטן רב ר' חיים ראפּאפּארט, וועלכער האט זיך אויך באמיט צו באקומען אט־דעם בכבוד'יגן פּאסטן. ענדליך האבן די פרנסים באשלאסן צו טיילן דעם פּאסטן צווישן צוויי רבנים, און געבן דעם רב מרגליות דעם טיטל "סובאַלטערנוס ראַבינוס" (וויצע־ראַבינער), כאטש מען האט אייגנטליך נישט געטארט טיילן אט־דעם פּאסטן אָן אַן ערלויבעניש פון וואָיעוואָדאַ. דאס באווייזט ווי הויך זיי האבן געשאצט די פערזענליכקייט פון הרב מרגליות און ווי שווער עס איז זיי געווען זיך צו אנטשיידן פאַר איינעם פון די צוויי רבנים. ר' מאיר'ס ברודער, ר' יצחק־בער, וועלכער איז ערוועלט געוואָרן אַלס רב אין יאַזלאָוויץ און אין זאַלישטשיק נאָך זיין פאָטער'ס טויט, איז אויך געווען לאַנד־ראַבינער פון פּאָדאָליע און האָט זיך באַטייליגט אין וויכוח מיט די פראַנקיסטן אין קאַמעניץ פּאָדאָלסקי צוזאַמען מיטן פרנס לייב בן דניאל, און האָט זיך אויך באַטייליגט אין ויכוח אין לעמבערג אין יאָר 1759. ר' יצחק בער מרגליות איז געווען דער לעצטער נאמן פון וועד־המדינה (לאַנדעס־קאָמיטעט) פון פּאָדאָליע און האָט אין יאָר 1763, צוזאַמען מיטן פרנס לייב בן דניאל, געחתמעט דעם פּראָטאָקאָל וועגן ליקווידירן די חובות פון קאָמיטעט{{הערה|שמשון מעלצער, ספר האראדענקע, תשכ"ד, ז' 89}}.

==אלס גייסטישע פירער==
==אלס גייסטישע פירער==
שורה 31: שורה 32:

[[טעקע:Landesrabbiner-Holdheim-Straße Schwerin.jpg|קליין|"לאנדעסראבינער-האלדהיים-שטראסע" אין שווערין, מעקלענבורג]]
[[טעקע:Landesrabbiner-Holdheim-Straße Schwerin.jpg|קליין|"לאנדעסראבינער-האלדהיים-שטראסע" אין שווערין, מעקלענבורג]]
ספּעציעל טיפּישע באדינגונגען האבן עקזיסטירט אין גרויס-הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין, וואו די רעגירונג האט געגרינדעט די אינסטיטוציע פון לאנד-ראבינער דעם 14טן מאי 1839, פארזעצנדיג דעם 1764־געגרינדעטן הויפּט־ראַבינאַט פאַרן הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין. דארט האבן די ראבינערס (שמואל האָלדהיים און דוד איינהארן) ערשט געדארפט איינפירן ראדיקאלע רעפארמען. איינהארן האט ארויסגעווארפן פונעם דאווענען די העברעאישע שפּראך, און די נאציאנאלע און משיח-תפלות. מ'קען זיך פאָרשטעלן די אויפגערעגטקייט ביי די ארטאדאקסן, בפרט נאך, אַז ער האט גענומען פארשרייבן אין די אידישע מעטריקעס נישט־קיין־געמל'טע קינדער. אויף אלע פּראטעסטן האָט איינהארן שארף אפּגעענטפערט: ער האלט, אז ווער ס'וויל אים אנווארפן מילה, אלס א תנאי, וואס אָן דעם קען מען נישט געהערן צום כלל־ישראל, דער פעלשט אין אידנטום. דער שטרייט האט געדויערט לאנג, אוּן דער ראדיקאל דער רעפארמאטאר האט געמוזט אפּטרעטן דעם אמט און אריבער תחלת קיין אונגארן, דערנאך קיין אמעריקע. די מחלוקת איז אבער דערמיט נישט געשטילט געווארן. נאך דער רעוואלוציע פון 1848, האבן די ארטאדאקסן געזוכט שוץ קעגן דער רעפארם אונטער די פליגל פוּן מעקלענבורגער רעאַקציאָנערער רעגירוּנג; די רעגירונג האט זיך אנגענומען זייער קריוודע אוּן געפּועל'ט ביי זיך ווירקן אויפן אויטאנאמישן אידישן אויבּער־ראַט (דאס איז דער אויבּער־ראט, וואס ווערט אויסגעקליבן פון אלע אידישע קהלות אין הערצאגטום און ער ווידער קלייבט אויס דעם לאנד־ראבינער). דאס יאר 1853 האט דאס מיניסטעריום פארעפנטליכט אזא געמיינעם צירקוליאר, וואס האט געזאגט, אז דאס מיניסטעריום איז נישט צוּפרידן מיט דעם איצטיגן רעליגיעזן צוּשטאנד ביי אידן און אז די טענדענציעזע פירונג פון די לאנד־ראבינער ד"ר האלדהיים און ד"ר איינהארן האט געבראכט צו א שפּאלטונג ביי אידן. די רעגירונג האט באשלאסן צו פארשטארקן דעם "היסטארישן יודאאיזם" און צו פארמיידן א שפּאלטונג אין די אידישע קהילות, און האט באפוילן צו אויסקלייבן א לאנד־ראַבינער וואס זאל האלטן מיטן היסטארישן אידנטום. דאס מיניסטעריום האט אויך באפוילן די קהלות צו אויסקלייבן אזוינע דעפּוטאטן צום "אויבּער־ראַט", וואס וועלן אויסקלייבן א קאנסערוואטיוון לאנד־ראבינער, אנדערש וועט זיך דאס מיניסטעריום טון זיינס. די אידישע קהלות זענען געווען שטארק אויפגערעגט פוּן אזא גראב מישן זיך אין זייער רעליגיעז לעבן. די קהלה־פארוואלטונג פון דער רעזידענץ־שטאָט שווערין האט דערלאנגט דעם מיניסטעריום א שריפט, אנגעוויזן, אז צו ברענגען שלום אין אידישע קהלות איז אַן אינערליכע אידישע זאך. דערויף האט מעקלענבורגער הערצאָג פרידריך־פראנץ אפּגעענטפערט מיט א רעסקריפּט, פאַרבאטן די אידישע קהילות צו קלויבן דעם אויבער־ראַט און דעם אויבער־ראט צוּ קלויבן א לאנד־ראבינער. דער הערצאָג האט אויף זיין בּאַראָט געמאכט דריי אידן סוחרים פאַרן אויבּער־ראַט אוּן דעם ארטאדאקס רבי [[רבי ברוך יצחק ליפשיץ|ברוך יצחק ליפּשיץ]] (דער "תפארת ישראל") פאר לאנד־ראבינער. ר' ברוך יצחק האט גענומען אויסווארצלען האלדהיים'ס און איינהארן'ס "אויפטוען". אזא שענדליך באהאנדלען די אידישע אויטאנאמיע האט געדויערט א סך יארן, ביז נאכדעם ווי אידן זענען עמאַנסיפּירט געווארן אין מעקלענבורג אין 1869, האבן זיי ווידער געקריגן רעכט אויסקלויבן זייער אויבער־ראט און א לאנד־ראבינער, נישט אנגעפרעגט דער רעגירונג'ס שולחן־ערוך{{הערה|Donath, "Gesch. der Juden in Mecklenburg," pp. 221 et seq., Leipsic, 1874}}{{הערה|[[שמעון דובנאוו]], '''[https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc206964/dubnow-simon-velt-geshikhte-fun-yidishn-folk-fun-di-eltste-tsaytn-biz-tsu-der-vol-7?book-page=280&book-mode=1up וועלט-געשיכטע פון יידישן פאלק]''' 7, ז' 280.}}.
ספּעציעל טיפּישע באדינגונגען האבן עקזיסטירט אין גרויס-הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין, וואו די רעגירונג האט געגרינדעט די אינסטיטוציע פון לאנד-ראבינער דעם 14טן מאי 1839, פארזעצנדיג דעם 1764־געגרינדעטן הויפּט־ראַבינאַט פאַרן הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין. דארט האבן די ראבינערס (שמואל האָלדהיים און דוד איינהארן) ערשט געדארפט איינפירן ראדיקאלע רעפארמען. איינהארן האט ארויסגעווארפן פונעם דאווענען די העברעאישע שפּראך, און די נאציאנאלע און משיח-תפלות. מ'קען זיך פאָרשטעלן די אויפגערעגטקייט ביי די ארטאדאקסן, בפרט נאך, אַז ער האט גענומען פארשרייבן אין די אידישע מעטריקעס נישט־קיין־געמל'טע קינדער. אויף אלע פּראטעסטן האָט איינהארן שארף אפּגעענטפערט: ער האלט, אז ווער ס'וויל אים אנווארפן מילה, אלס א תנאי, וואס אָן דעם קען מען נישט געהערן צום כלל־ישראל, דער פעלשט אין אידנטום. דער שטרייט האט געדויערט לאנג, און דער ראדיקאל דער רעפארמאטאר האט געמוזט אפּטרעטן דעם אמט און אריבער תחלת קיין אונגארן, דערנאך קיין אמעריקע. די מחלוקת איז אבער דערמיט נישט געשטילט געווארן. נאך דער רעוואלוציע פון 1848, האבן די ארטאדאקסן געזוכט שוץ קעגן דער רעפארם אונטער די פליגל פון מעקלענבורגער רעאַקציאָנערער רעגירונג; די רעגירונג האט זיך אנגענומען זייער קריוודע און געפּועל'ט ביי זיך ווירקן אויפן אויטאנאמישן אידישן אויבער־ראַט (דאס איז דער אויבער־ראט, וואס ווערט אויסגעקליבן פון אלע אידישע קהלות אין הערצאגטום און ער ווידער קלייבט אויס דעם לאנד־ראבינער). דאס יאר 1853 האט דאס מיניסטעריום פארעפנטליכט אזא געמיינעם צירקוליאר, וואס האט געזאגט, אז דאס מיניסטעריום איז נישט צופרידן מיט דעם איצטיגן רעליגיעזן צושטאנד ביי אידן און אז די טענדענציעזע פירונג פון די לאנד־ראבינער ד"ר האלדהיים און ד"ר איינהארן האט געבראכט צו א שפּאלטונג ביי אידן. די רעגירונג האט באשלאסן צו פארשטארקן דעם "היסטארישן יודאאיזם" און צו פארמיידן א שפּאלטונג אין די אידישע קהילות, און האט באפוילן צו אויסקלייבן א לאנד־ראַבינער וואס זאל האלטן מיטן היסטארישן אידנטום. דאס מיניסטעריום האט אויך באפוילן די קהלות צו אויסקלייבן אזוינע דעפּוטאטן צום "אויבער־ראַט", וואס וועלן אויסקלייבן א קאנסערוואטיוון לאנד־ראבינער, אנדערש וועט זיך דאס מיניסטעריום טון זיינס. די אידישע קהלות זענען געווען שטארק אויפגערעגט פון אזא גראב מישן זיך אין זייער רעליגיעז לעבן. די קהלה־פארוואלטונג פון דער רעזידענץ־שטאָט שווערין האט דערלאנגט דעם מיניסטעריום א שריפט, אנגעוויזן, אז צו ברענגען שלום אין אידישע קהלות איז אַן אינערליכע אידישע זאך. דערויף האט מעקלענבורגער הערצאָג פרידריך־פראנץ אפּגעענטפערט מיט א רעסקריפּט, פאַרבאטן די אידישע קהילות צו קלויבן דעם אויבער־ראַט און דעם אויבער־ראט צו קלויבן א לאנד־ראבינער. דער הערצאָג האט אויף זיין באַראָט געמאכט דריי אידן סוחרים פאַרן אויבער־ראַט און דעם ארטאדאקס רבי [[רבי ברוך יצחק ליפשיץ|ברוך יצחק ליפּשיץ]] (דער "תפארת ישראל") פאר לאנד־ראבינער. ר' ברוך יצחק האט גענומען אויסווארצלען האלדהיים'ס און איינהארן'ס "אויפטוען". אזא שענדליך באהאנדלען די אידישע אויטאנאמיע האט געדויערט א סך יארן, ביז נאכדעם ווי אידן זענען עמאַנסיפּירט געווארן אין מעקלענבורג אין 1869, האבן זיי ווידער געקריגן רעכט אויסקלויבן זייער אויבער־ראט און א לאנד־ראבינער, נישט אנגעפרעגט דער רעגירונג'ס שולחן־ערוך{{הערה|Donath, "Gesch. der Juden in Mecklenburg," pp. 221 et seq., Leipsic, 1874}}{{הערה|[[שמעון דובנאוו]], '''[https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc206964/dubnow-simon-velt-geshikhte-fun-yidishn-folk-fun-di-eltste-tsaytn-biz-tsu-der-vol-7?book-page=280&book-mode=1up וועלט-געשיכטע פון יידישן פאלק]''' 7, ז' 280.}}.

אין זאקסע־וויימאר האט די רעגירונג גענוצט דעם לאנד-ראבינער צו דורכפירן דעם געזעץ פון 20סטן יוני 1823, וואס האט באפוילן אז די תפילות זאלן געהאלטן ווערן אין דייטש (זעט [[מענדל העס]]). אין זאקסע־מיינינגען איז דער לאנד-ראבינאט ארגאניזירט געווארן דורך דעם געזעץ פון 5טן יאנואר 1811{{הערה|Human, "Gesch. der Juden im Herzogthum Sachsen-Meiningen-Hildburghausen," pp. 69 ''et seq.'', Hildburghausen, 1898}}. דא ווי אומעטום אין די קליינע דייטשע שטאַטן איז דער ציל פון דער אינסטיטוציע געווען צו הייבן דעם מאראלישן און אינטעלעקטועלן סטאטוס פון די אידן.

די אויטאריטעט פון דעם לאנדעסראבינער האט זיך ביסלעכווייז פארמינערט אין שפּעטערן 18טן יארהונדערט, ספּעציעל אין ליכט פון דער וואקסנדער נייגונג צו אפּעלירן צו אלגעמיינע געריכטן. די המשך פון דעם אמט איז צעבראכן געווארן אין דער נאפּאלעאנישער תקופה{{הערה|{{יודאיקה|2=Landrabbiner|לינק=https://www.jewishvirtuallibrary.org/landrabbiner}}}}.

==אין 19טן יאָרהונדערט==
==אין 19טן יאָרהונדערט==
בייַם 19טן יאָרהונדערט האָבן נאָר טייל פון די קליינע שטאַטן פון דייטשלאַנד נאָך געהאַט אַ לאַנדעסראַבינער, ניימליך, מעקלענבורג־שווערין, מעקלענבורג־סטרעליץ, אָלדענבורג, בירקנפעלד, זאקסע־מיינינגען, אַנהאַלט, ברונזוויק און שווארצבּורג־זאָנדערסהאַוזען. פּרוסן, וואָס האָט שטענדיק פּראָקלאַמירט דעם פּרינציפּ פון ניט־אַריינמישונג אין אינערלעכע אידישע ענינים, האָט אויפגעהאַלטן דעם אמט אין טייל פון די פּראָווינצן וואָס זענען אַנעקסירט געוואָרן אין 1866, ווי די 4 לאַנדראַבינאַטן אין דער פּראָווינץ האַנאָווער און אין דער פּראָווינץ העסע־נאַסאו (קאסעל). דער אמט פון לאַנדעסראַבינער פאַר דער פּראָווינץ בראַנדנבורג, וואָס האָט עקזיסטירט אין בערלין און אין פראַנקפורט־אויפן־אָדער, האָט איבערגעלעבט, ווי אין אַנדערע לענדער, ביזן סוף פון 18טן יאָרהונדערט דורך דעם רב'ס קאַפּאַציטעט אַלס ציווילער דיין. דער לעצטער וואָס האָט געהאַלטן דעם טיטל איז געווען הירשל לעווין, בעת זיין נאכפאלגער, שמעון מאיר ווייל (געשטאָרבן 1828), האָט געהאַלטן דעם טיטל פון "וויצע[-]אָבער[-]לאַנדעסראַבינער". אַלס אַן אויסערגעוויינלעכע טובה האָט די רעגירונג אין 1849 געגעבן צו גדליה טיקטין פון ברעסלוי דעם טיטל פון לאַנדעסראַבינער, וואָס איז אינטערפּרעטירט געוואָרן אַלס אַ מאַניפעסטאַציע פון דער רעגירונג אין טויווע פון אָרטאָדאָקסיע און אַלס אַ מיסאַפּראָוועל פון דער רעפאָרם באַוועגונג (ל. גייגער, "אברהם גייגער 'ס לעבן אין בריוו", זייטן 113 עט סעק., בערלין, 1878).
בייַם 19טן יאָרהונדערט האָבן נאָר טייל פון די קליינע שטאַטן פון דייטשלאַנד נאָך געהאַט אַ לאַנדעסראַבינער, ניימליך, מעקלענבורג־שווערין, מעקלענבורג־סטרעליץ, אָלדענבורג, בירקנפעלד, זאקסע־מיינינגען, אַנהאַלט, ברונזוויק און שווארצבורג־זאָנדערסהאַוזען. פּרוסן, וואָס האָט שטענדיק פּראָקלאַמירט דעם פּרינציפּ פון ניט־אַריינמישונג אין אינערלעכע אידישע ענינים, האָט אויפגעהאַלטן דעם אמט אין טייל פון די פּראָווינצן וואָס זענען אַנעקסירט געוואָרן אין 1866, ווי די 4 לאַנדראַבינאַטן אין דער פּראָווינץ האַנאָווער און אין דער פּראָווינץ העסע־נאַסאו (קאסעל). דער אמט פון לאַנדעסראַבינער פאַר דער פּראָווינץ בראַנדנבורג, וואָס האָט עקזיסטירט אין בערלין און אין פראַנקפורט־אויפן־אָדער, האָט איבערגעלעבט, ווי אין אַנדערע לענדער, ביזן סוף פון 18טן יאָרהונדערט דורך דעם רב'ס קאַפּאַציטעט אַלס ציווילער דיין. דער לעצטער וואָס האָט געהאַלטן דעם טיטל איז געווען הירשל לעווין, בעת זיין נאכפאלגער, שמעון מאיר ווייל (געשטאָרבן 1828), האָט געהאַלטן דעם טיטל פון "וויצע[-]אָבער[-]לאַנדעסראַבינער". אַלס אַן אויסערגעוויינלעכע טובה האָט די רעגירונג אין 1849 געגעבן צו גדליה טיקטין פון ברעסלוי דעם טיטל פון לאַנדעסראַבינער, וואָס איז אינטערפּרעטירט געוואָרן אַלס אַ מאַניפעסטאַציע פון דער רעגירונג אין טויווע פון אָרטאָדאָקסיע און אַלס אַ מיסאַפּראָוועל פון דער רעפאָרם באַוועגונג (ל. גייגער, "אברהם גייגער 'ס לעבן אין בריוו", זייטן 113 עט סעק., בערלין, 1878).

אין 19טן יאָרהונדערט זענען לאַנדראַבינער ווידער באַשטימט געוואָרן דורך אַ צאָל דייטשע שטאַטן. די דריי לאַנדראַבינער פון האַנאָווער האָבן רעפּרעזענטירט די רעגירונג אין דער השגחה אויף שולן, שולעס און צדקה־אינסטיטוציעס אין זייערע דיסטריקטן. זיי זענען געווען פאַראַנטוואָרטלעך פאַר דער אינספּעקציע און באַשטימונג פון אַלע קהילשע אָנגעשטעלטע, זיי האָבן געקענט אויפלייגן קנסות ביז צען מאַרק און האָבן נישט געקענט אָפּגעזאָגט ווערן אָן רעגירונגס־צושטימונג, כאָטש זיי זענען אויסגעקליבן געוואָרן דורך די קהילות. אין מעקלענבורג־שווערין, זאקסע־וויימאר און ברונזוויק זענען לאַנדראַבינער באַשטימט געוואָרן צו פאַסילאַטירן די מאָדערניזירונג פון אידישן לעבן און רעליגיעזער פראַקטיק. ווען אברהם גייגער האָט געוואָלט איינפירן די אינסטיטוציע אין נאַסאו האָט ער געטראָפן דעם שטאַרקן אַנטקעגענער פון די אָרטאָדאָקסישע דאָרפישע קהילות. אין לויף פון 19טן יאָרהונדערט איז די יוריסדיקציע פון דעם אמט מער און מער באַגרענעצט געוואָרן צו ריין רעליגיעזע געביטן, און אין 20סטן יאָרהונדערט איז עס געוואָרן מערסטנס אַן ערלעכע באַשטימונג.

וועגן ר' שאולס מילא־מקום, זיין זון ר' יצחק אייזיק גינצבורג, הערן מיר אין דעם אורטייל פון ליטווישן פינאַנץ־טריבונאַל פון 22סטן מערץ 1746 אין דעם שאַרפן קאָנפליקט צווישן שקלאָווער קהל און דעם ווייסרוסישן וועד, וואוּ עס ווערן געבראַכט סיי די שווערע אָנקלאַגעס פון שקלאָווער קהל קעגן וועד סיי די פאָדערונג פון שקלאָוו, אַז דער רב־המדינה און די רבנים בכלל זאָלן זיך נישט מישן אין שטייער־ענינים.
וועגן ר' שאולס מילא־מקום, זיין זון ר' יצחק אייזיק גינצבורג, הערן מיר אין דעם אורטייל פון ליטווישן פינאַנץ־טריבונאַל פון 22סטן מערץ 1746 אין דעם שאַרפן קאָנפליקט צווישן שקלאָווער קהל און דעם ווייסרוסישן וועד, וואו עס ווערן געבראַכט סיי די שווערע אָנקלאַגעס פון שקלאָווער קהל קעגן וועד סיי די פאָדערונג פון שקלאָוו, אַז דער רב־המדינה און די רבנים בכלל זאָלן זיך נישט מישן אין שטייער־ענינים.

----
----