אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים מאיר יחיאל שפירא (גראדזשיסק)"
ק (←רעפערענצן: הגהה) |
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:חיים מאיר יחיאל שפירא (גראדזשיסק) צו רוי:רבי חיים מאיר יחיאל שפירא (גראדזשיסק)) |
(קיין אונטערשייד)
|
יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:47, 11 אויגוסט 2024
רבי חיים מאיר יחיאל שפירא זצ"ל (ה'תרט"ז - ה'תרל"ג), פון גראדזשיסק.
אפשטאם
רבי חיים מאיר איז געבוירן אין יאר ה'תרט"ז (אומגעפער) צו זיין פאטער רבי אלימלך שפירא פון גראדזשיסק, א זון פון רבי חיים מאיר יחיאל שפירא פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון רבי אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזשניצער מגיד.
געשיכטע און הסתלקות
רבי חיים מאיר איז געווען א גרויסער למדן און א שטארק חסידישער יונגערמאן וואס מען האט אויף אים אנגעהאנגען גרויסע האפענונגען, אבער ער האט נישט מאריך ימים געווען און איז נפטר געווארן אין עלטער פון אומגעפער זיבעצן יאר אין יאר ה'תרל"ג, אין לעבן פון זיין פאטער.
פאמיליע
רבי חיים מאיר האט געהייראט מרת חנה שרה, א טאכטער פון רבי יצחק פרידמאן פון באהוש. זייער זון:
- רבי ישראל שפירא הי"ד (ה'תרל"ד - אלול ה'תש"ב), פון גראדזשיסק. ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי אשר פערלאוו, דער "יונגער רבי" פון סטאלין, א זון פון רבי אהרן פערלאוו, דער "בית אהרן" פון קארלין. זייערע קינדער:
מקורות
- מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה
- נר ישראל, חלק ו', בערכו (20)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!