אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:תנור של עכנאי"
(בס"ד) |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
"'''תנור של עכנאי'''" איז אן ערציילונג אין תלמוד בבלי{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|נט}}}} איבער א גרויסער מחלוקת וואס ווערט געברענגט אין משנה{{הערה|{{משנה|עדיות|ז|ז}}; {{משנה|כלים|ה|י}}}} וועלכע האט אויסגעבראכן אין [[יבנה]] צווישן [[רבי אליעזר בן הורקנוס|רבי אליעזר]] און די אנדערע חכמים לגבי א געוויסער דין אין טומאה וטהרה. | |||
די דין טומאה אין א "תנור של עכנאי", ווען רבי יהושע האט זיך שארף קעגנגעשטעלט רבי אליעזר'ס שיטה. ווען רבי אליעזר האט געזאגט: "אויב איז די הלכה ווי מיר זאלן די ווענט פון בית המדרש אויפווייזן" און די ווענט האבן אנגעהויבן אראפפאלן, האט זיי רבי יהושע אנגעשריגן: "אויב תלמידי חכמים זענען מנצחים זה את זה בהלכה, אתם מה טיבכם?" צוליב דעם כבוד פון רבי יהושע זענען די ווענט נישט ווייטער אראפגעפאלן, אבער האבן זיך אויך נישט אויפגעשטעלט, צוליב דעם כבוד פון רבי אליעזר, נאר זענען געבליבן שטיין געבויגן. ווען רבי אליעזר האט ביים ענדע געזאגט: "אויב איז דער הלכה ווי מיר, זאל מען אויפווייזן פון הימל", און ס'איז ארויס א [[בת קול]] "מה לכם אצל רבי אליעזר שהלכה כמותו בכל מקום", איז רבי יהושע אויפגעשטאנען אויף די פיס און געזאגט: "[[לא בשמים היא|לֹא בַשָּׁמַיִם הִיא]]"{{הערה|{{תנ"ך|דברים|ל|יב}}}}, ווייל דער תורה איז שוין געגעבן געווארן אין סיני און עס שטייט דערין{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כג|ב}}}}: "אַחֲרֵי רַבִּים לְהַטֹּת", דעריבער קוקן מיר נישט אויף א בת קול{{ביאור|דהיינו, הקב"ה האט איבערגעגעבן די תורה צו מענטשן אז די הלכה זאל אנטשידן ווערן דורך זיי, לויט די כללים וואס זענען איבערגעגעבן געווארן אין סיני.{{ש}} | |||
רבי יהושע האט אפגעלערנט דעם בת קול ווי א נסיון פון הימל, צו פרואוון די חכמים אויב וועלן זיי צוליב דעם ענדערן פון וואס זיי האבן מקובל. דעריבער האט רבי יהושע געזאגט "ס'איז נישט אין הימל", דהיינו, די תורה איז געגעבן געווארן צו אונז אין סיני גאנצערהייט, און עס וועט זיך גארנישט ענדערן פון איר לויט א מופת פון הימל{{הערה|רבינו ניסים, געברענגט אין [[שיטה מקובצת]]}}. די גמרא פארציילט טאקע ווייטער אז [[רבי נתן]] האט אנגעטראפן אליהו הנביא און אים געפרעגט: "וואס האט הקב"ה געטון יענע צייט [ווען רבי יהושע האט אפגעווארפן דעם בת קול]?" האט אליהו געענטפערט: ער האט געשמייכלט און געזאגט: נצחוני בני, מיין זון האט מיר באזיגט" (פאר ערקלערונג אויף די ווערטער זעט {{ספר החינוך|תצו}}).}}. ווען רבי אליעזר האט זיך נאך אלס געהאלטן ביי דאס זייניגע און האט נישט אנגענומען דעם דעת פונעם רוב, האבן די חכמים זיך צוזאמגעציילט און אים מנדה געווען{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|נט|ב}}}}, א נידוי וואס האט אנגעהאלטן ביז זיין פטירה. | רבי יהושע האט אפגעלערנט דעם בת קול ווי א נסיון פון הימל, צו פרואוון די חכמים אויב וועלן זיי צוליב דעם ענדערן פון וואס זיי האבן מקובל. דעריבער האט רבי יהושע געזאגט "ס'איז נישט אין הימל", דהיינו, די תורה איז געגעבן געווארן צו אונז אין סיני גאנצערהייט, און עס וועט זיך גארנישט ענדערן פון איר לויט א מופת פון הימל{{הערה|רבינו ניסים, געברענגט אין [[שיטה מקובצת]]}}. די גמרא פארציילט טאקע ווייטער אז [[רבי נתן]] האט אנגעטראפן אליהו הנביא און אים געפרעגט: "וואס האט הקב"ה געטון יענע צייט [ווען רבי יהושע האט אפגעווארפן דעם בת קול]?" האט אליהו געענטפערט: ער האט געשמייכלט און געזאגט: נצחוני בני, מיין זון האט מיר באזיגט" (פאר ערקלערונג אויף די ווערטער זעט {{ספר החינוך|תצו}}).}}. ווען רבי אליעזר האט זיך נאך אלס געהאלטן ביי דאס זייניגע און האט נישט אנגענומען דעם דעת פונעם רוב, האבן די חכמים זיך צוזאמגעציילט און אים מנדה געווען{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|נט|ב}}}}, א נידוי וואס האט אנגעהאלטן ביז זיין פטירה. | ||
רבי אליעזר האט דאן פארלאזט יבנה און איז זיך געגאנגען צו לוד, און מיט דעם האבן זיך די צוויי באליבטע פריינט אפגעטיילט פאר די רעשט פון זייער לעבן, ביז רבי אליעזר'ס פטירה. נאך זיין פטירה האט זיך רבי יהושע געשטעלט אויף די פיס און געזאגט: "הותר הנדר, הותר הנדר" [ד.ה. דער נידוי וואס מ'האט אים מנדה געווען] | רבי אליעזר האט דאן פארלאזט יבנה און איז זיך געגאנגען צו לוד, און מיט דעם האבן זיך די צוויי באליבטע פריינט אפגעטיילט פאר די רעשט פון זייער לעבן, ביז רבי אליעזר'ס פטירה. נאך זיין פטירה האט זיך רבי יהושע געשטעלט אויף די פיס און געזאגט: "הותר הנדר, הותר הנדר" [ד.ה. דער נידוי וואס מ'האט אים מנדה געווען]{{הערה|שם=סנהדריןסח|{{בבלי|סנהדרין|סח|א}}}}{{ביאור|רבי יהושע האט געדארפט מבטל זיין דעם נידוי כדי מ'זאל נישט דארפן פירן מיט רבי אליעזר דין מנודה שמת, וואס מ'איז אים נישט מספיד און מ'רייסט נישט אויף אים קריעה און מ'לייגט א שטיין אויף זיין ארון{{הערה|תורת האדם לרמב"ן, שער האבל, נ; זעט {{שולחן ערוך|יורה דעה|שלד|ג}}}}.}}, און האט אים ארום געארעמט און אים געקושט און געוויינט, און געזאגט: "רבי, רֶכֶב יִשׂרָאֵל וּפָרָשָׁיו"{{הערה|{{תנ"ך|מלכים ב|יג|יד}}}}{{הערה|{{ירושלמי|שבת|ב|ז}}}}. | ||
==רעפערענצן== | |||
{{ביאורים}}{{רעפערענצן}} | |||
[[he:תנורו של עכנאי]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 01:15, 29 יולי 2024
"תנור של עכנאי" איז אן ערציילונג אין תלמוד בבלי[1] איבער א גרויסער מחלוקת וואס ווערט געברענגט אין משנה[2] וועלכע האט אויסגעבראכן אין יבנה צווישן רבי אליעזר און די אנדערע חכמים לגבי א געוויסער דין אין טומאה וטהרה.
די דין טומאה אין א "תנור של עכנאי", ווען רבי יהושע האט זיך שארף קעגנגעשטעלט רבי אליעזר'ס שיטה. ווען רבי אליעזר האט געזאגט: "אויב איז די הלכה ווי מיר זאלן די ווענט פון בית המדרש אויפווייזן" און די ווענט האבן אנגעהויבן אראפפאלן, האט זיי רבי יהושע אנגעשריגן: "אויב תלמידי חכמים זענען מנצחים זה את זה בהלכה, אתם מה טיבכם?" צוליב דעם כבוד פון רבי יהושע זענען די ווענט נישט ווייטער אראפגעפאלן, אבער האבן זיך אויך נישט אויפגעשטעלט, צוליב דעם כבוד פון רבי אליעזר, נאר זענען געבליבן שטיין געבויגן. ווען רבי אליעזר האט ביים ענדע געזאגט: "אויב איז דער הלכה ווי מיר, זאל מען אויפווייזן פון הימל", און ס'איז ארויס א בת קול "מה לכם אצל רבי אליעזר שהלכה כמותו בכל מקום", איז רבי יהושע אויפגעשטאנען אויף די פיס און געזאגט: "לֹא בַשָּׁמַיִם הִיא"[3], ווייל דער תורה איז שוין געגעבן געווארן אין סיני און עס שטייט דערין[4]: "אַחֲרֵי רַבִּים לְהַטֹּת", דעריבער קוקן מיר נישט אויף א בת קול[א]. ווען רבי אליעזר האט זיך נאך אלס געהאלטן ביי דאס זייניגע און האט נישט אנגענומען דעם דעת פונעם רוב, האבן די חכמים זיך צוזאמגעציילט און אים מנדה געווען[6], א נידוי וואס האט אנגעהאלטן ביז זיין פטירה.
רבי אליעזר האט דאן פארלאזט יבנה און איז זיך געגאנגען צו לוד, און מיט דעם האבן זיך די צוויי באליבטע פריינט אפגעטיילט פאר די רעשט פון זייער לעבן, ביז רבי אליעזר'ס פטירה. נאך זיין פטירה האט זיך רבי יהושע געשטעלט אויף די פיס און געזאגט: "הותר הנדר, הותר הנדר" [ד.ה. דער נידוי וואס מ'האט אים מנדה געווען][7][ב], און האט אים ארום געארעמט און אים געקושט און געוויינט, און געזאגט: "רבי, רֶכֶב יִשׂרָאֵל וּפָרָשָׁיו"[9][10].
רעפערענצן
- ↑ דהיינו, הקב"ה האט איבערגעגעבן די תורה צו מענטשן אז די הלכה זאל אנטשידן ווערן דורך זיי, לויט די כללים וואס זענען איבערגעגעבן געווארן אין סיני.
רבי יהושע האט אפגעלערנט דעם בת קול ווי א נסיון פון הימל, צו פרואוון די חכמים אויב וועלן זיי צוליב דעם ענדערן פון וואס זיי האבן מקובל. דעריבער האט רבי יהושע געזאגט "ס'איז נישט אין הימל", דהיינו, די תורה איז געגעבן געווארן צו אונז אין סיני גאנצערהייט, און עס וועט זיך גארנישט ענדערן פון איר לויט א מופת פון הימל[5]. די גמרא פארציילט טאקע ווייטער אז רבי נתן האט אנגעטראפן אליהו הנביא און אים געפרעגט: "וואס האט הקב"ה געטון יענע צייט [ווען רבי יהושע האט אפגעווארפן דעם בת קול]?" האט אליהו געענטפערט: ער האט געשמייכלט און געזאגט: נצחוני בני, מיין זון האט מיר באזיגט" (פאר ערקלערונג אויף די ווערטער זעט ספר החינוך, מצוה תצ"ו). - ↑ רבי יהושע האט געדארפט מבטל זיין דעם נידוי כדי מ'זאל נישט דארפן פירן מיט רבי אליעזר דין מנודה שמת, וואס מ'איז אים נישט מספיד און מ'רייסט נישט אויף אים קריעה און מ'לייגט א שטיין אויף זיין ארון[8].