אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי צבי אלימלך שפירא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
צייכן: רויע רעדאגירונג
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 37: שורה 37:
* [[אזהרות מהרצ"א]] – מוסר
* [[אזהרות מהרצ"א]] – מוסר
* [[בני יששכר]] – שבת, מועדים, חודשי השנה
* [[בני יששכר]] – שבת, מועדים, חודשי השנה
* [[ברכה משולשת]] – משניות
* ברכה משולשת – אויף [[משניות]] פון [[סדר מועד]] ביז נאך [[סדר קדשים]], וואו דער מחבר פארענטפערט דעם [[ברטנורא]]. דער ספר איז געדרוקט געווארן אין [[פרעמישלא]] תרנ"ז, דורך רבי אברהם ארום, פון די כתבים וואס זענען געווען ביים אייניקל פון מחבר דער [[בוקאווסק]]ער רב, [[רבי מאיר יהודה שפירא (בוקאווסק)|רבי מאיר יהודה שפירא]].
* [[דברים נחמדים]] – משניות
* [[דברים נחמדים]] – משניות
* [[דרך עדותיך]] – פירוש על ספר יהושע
* [[דרך עדותיך]] – פירוש על ספר יהושע

רעוויזיע פון 20:07, 17 יולי 2024

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל (ה'תקמ"ג - י"ח טבת ה'תר"א), רב אין דינאוו, דער בני יששכר.

אפשטאם

רבי הערש מיילעך איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב פסח לאנגזאם, פון יאווארניק, אן אייניקל, פון רבי שמשון אסטראפאלער, און צו זיין מוטער[1] א ניכטע פון רבי אלימלך פון ליזענסק. רבי פסח איז געווען א מלמד פון קינדער און געהאנדלט מיט ספירט, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער.

עס ווערט דערציילט אז דער צדיק רבי אלימלך האט געזאגט פאר דער מוטער פון בני יששכר אז ווען איר קינד וועט געבוירן ווערן זאל זי אים רופן מיט נאמען אלימלך אזוי ווי ער הייסט, די מוטער האט אבער געהאט מורא אז דאס מיינט אז רבי אלימלך וועט נישט לעבן און דעריבער הייסט ער געבן נאך אים א נאמען דעריבער ווען ער איז געבוירן האט זי אים גערופען "צבי אלימלך", ווען זי איז שפעטער געקומען און דאס פארציילט פאר רבי אלימלך האט ער געזאגט: "א הירש איז נישט קיין מלך" דעריבער וועט ער זיין א האלבער אלימלך.

רבנות

רבי הערש מיילעך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט, ער האט איטליכע פאָר יאר געטוישט זיין ארט. ווען ער האט זיך דערוואוסט ס'איז פריי געווארן א רבנות האט ער קאנדאדירט פאר דעם רבנות. ווען ער איז אויפגענומען געווארן, האט ער אריין געשטעלט דיינים, פארראכטען וואס ס'האט אויסגעפעלט, און ווייטער געזוכט א פריש רבנות. אין יאר ה'תקנ"ט אין עלטער פון זעכצן יאר, איז ער שוין געווען דיין אין דינאוו, אין בית דין פון רבי יהושע רב אין דינאוו. אין יאר ה'תק"ע איז ער שוין געווען אין ריבאטוטש, דאן איז ער געווען אין סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, אין יאר ה'תקפ"ה איז ער געווארן רב אין מונקאטש. נאכהער איז ער געווען צוריק אין דינאוו אלס רב.

הסתלקות

רבי הערש מיילעך איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א, אין עלטער פון זיבן און פופציג יאר.

פאמיליע

רבי הערש מיילעך האט יונגערהייט געהייראט מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב שמואל פון טשיטש, זייערע קינדער:

זיינע ספרים

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים:

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג. ברענגט אז זי האט געהייסן איטה בת עלקא, אבער פון די ווערטער פון בלאזשאווער רב ווייזט אויס אז זי האט געהייסן רחל מינא
  2. מנשה אונגאר, ספר קדושים, עמ' 69

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!