אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תרשיש (ארט)"
אין תקציר עריכה |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:תרשיש צו רוי:תרשיש (ארט): פארהאן אויך תרשיש דאס איידלשטיין, ועוד) |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:06, 15 יולי 2024
תרשיש איז געווען א לאנד ביים ים, ווערט דערמאנט אָפט אין תנ"ך, און די שיפן וואָס פלעגן גיין אַהין זענען, ווייזט אויס, געווען גרויסע און דערפון איז דער אויסדרוק "אניות תרשיש" אַלס באַצייכענונג פאַר גרויסע שיפן (ישעיה ב').
פון תרשיש פלעגט מען ברענגען זילבער, אייזן, אַנדערע מעטאַלן (יחזקאל כ"ג און אנדערע ערטער). אין מלכים א', י', ווערט דערציילט, אַז שלמה המלך האָט געהאַט "אני תרשיש", "תרשיש-שיף", וואָס פלעגט אים ברענגען איינמאָל אין 3 יאָר גאָלד, זילבער, העלפאַנטן, מאלפּעס און פּאפּוגייען.
קיין תרשיש האָט געוואָלט אַנטלויפן מיט אַ שיף יונה הנביא (יונה א').
די אַלטע גריכישע תנ"ך איבערזעצונג "סעפּטואַגינטא" זעצט איבער אין טייל ערטער אין תנ"ך תרשיש מיט "קארטאגא", די באַרימטע פעניצישע שטאָט אין צפון-אַפריקע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!