אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ל"ג בעומר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 29: שורה 29:
[[he:ל"ג בעומר]]
[[he:ל"ג בעומר]]
[[קאַטעגאָריע:רבי שמעון בר יוחאי]]
[[קאַטעגאָריע:רבי שמעון בר יוחאי]]
[[קאַטעגאָריע:אייר]]

רעוויזיע פון 09:39, 24 יוני 2024

ל"ג בעומר איז א פייערטאג ביי יודן, וואס ווערט פייערט ביי דעם 33'טן טאג פון עומר-ציילונג צום אנדענק פון רבי שמעון בר יוחאייארצייט.

מען זאגט נישט קיין תחנון ביים דאווענען (אין מערסטע קהילות זאגט מען אויך נישט ביי מנחה דעם פריערדיגן טאג). ביי אשכנזים איז מען זיך נוהג אז מען מעג זיך שערן און חתונה האבן ל"ג בעומר.

די חדר יינגלעך האבן דעם טאג א יומא דפגרא. מען איז געוואוינט צו מאכן אויספלוגן פאר די קינדער.

מנהגים

דער הויפט הדלקה אין מירון, דורך באיאנער רבי, ה'תשפ"א

אין חוץ לארץ איז פון דער 14 יאָרהונדערט איז געווען דער מנהג אז די חדר יינגלעך גייען אויף אן אויספלוג דעם טאג, און מען שפילט מיט פיילן און בויגן.

דער מנהג פון ארויפגיין קיין מירון ל"ג בעומר ווערט דערמאנט צום ערשטן און ספר שער הכוונות פון רבי חיים וויטאל, אז זיין רבי דער אר"י הקדוש איז דארט ארויף[1].

היינטיגע צייטן גייען ארויף קיין מירון ארום א האלבער מיליאן מענטשען[2], עס ווערט אנגעצינדען דארט א גרויסע הדלקה דורך דעם באיאנער רבי'ן וואס האט דאס בירושה פון רבי ישראל פון רוזשין, וואס האט אפגעקויפט די רעכט אנצינדן די הדלקה פון די הקדש אין מירון. אויך ווערן אנגעצונדן הדלקות דורך אנדערע אדמורי"ם.


Postscript-viewer-blue.svg חאלאקע

אסאך פירן זיך אפצושערן זייערע דריי יעריקע אינגלעך און זיי לאזן פיאות א ערשטער מאל, דער מנהג ווערט אנגערופן חאלאקע. אין שער הכוונות שטייט אויפן אר"י אז ער האט זיך געפירט אין דער מנהג[1], אבער ער בשרייבט עס אלס א מנהג וואס איז שוין געווען בארימט[3].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 שער הכוונות, עניין מנהג ללכת ביום ל"ג בעומר על קברי רשב"י ובנו ר"א
  2. מירון במספרים: 15 מיליון שקל, חצי מיליון איש, אויף JDN(העברעאיש)
  3. ל"ג בעומר באתר הויקי של ד"ר אורי אמיתי (עברית)