אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אקדמות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(הוספה)
שורה 7: שורה 7:
דער פיוט איז אויסגעשטעלט מיט 54 בתים פון 2 שורות, יעדער שורה באשטייט פון 10 [[תנועות]], און ענדיגט זיך מיט'ן גראם פון "תא", די [[אקראסטיק]] פון די ערשטע 26 בתים זענען לויט די רייע פון א' ב' - געדאפלט, און די איבריגע זענען לויט דער נאמען פונעם "מחבר מאיר ביר רבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמיץ".  
דער פיוט איז אויסגעשטעלט מיט 54 בתים פון 2 שורות, יעדער שורה באשטייט פון 10 [[תנועות]], און ענדיגט זיך מיט'ן גראם פון "תא", די [[אקראסטיק]] פון די ערשטע 26 בתים זענען לויט די רייע פון א' ב' - געדאפלט, און די איבריגע זענען לויט דער נאמען פונעם "מחבר מאיר ביר רבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמיץ".  


דער פיוט הויבט אן מיט די שבח פון השי"ת, אז עס איז נישט מעגליך דאס צו שילדערן, און פאלגט נאך מיט די לויב פון די מלאכים, און די חשיבות פון די אידן איבער זיי. דערנאך שילדערט דער פייטן א שמועס צווישן די אידן מיט די פעלקער, וואו די פעלקער פרעגן די אידן פארוואס זיי דינען השי"ת טראץ דעם שווערן גלות, און די אידן ענטפערן זיי מיט א שילדערונג פון די שכר פון לעתיד לבא.
דער פייטן הויבט אן מיט'ן נעמען רשות פון השי"ת, און טוט ארויסברענגען די לויב צו השי"ת, וואס איז נישט מעגליך צו שילדערן אפי' מיט די שטערקסטע מעגליכקייט, עס פאלגט נאך מיט די גרויסקייט פון די מלאכים, און די געוואלדיגע חשיבות פון די אידישע קינדער איבער זיי. דערנאך שילדערט דער פייטן א שמועס צווישן די אידן מיט די פעלקער, וואו די פעלקער פרעגן די אידן פארוואס זיי דינען השי"ת טראץ דעם שווערן גלות, און די אידן ענטפערן זיי מיט א לענגערע שילדערונג פון די שכר פון לעתיד לבא. דער פיוט פארענדיגט זיך מיט א ברכה אז די באטייליגטע זאל'ן טאקע זוכה זיין דערצו.  


דער פיוט ווערט געזאגט אין א אופן פון חזן וקהל, יעדע צוויי שורות<ref name=":0">{{צ-בוך|מחבר=רבי שלמה זלמן גייגר|נאמען=דברי קהלות - מנהגי פראנפורט דמיין|עמ=446}}</ref>, און ווערט געזאגט מיט א שיינעם ניגון וואס ברענגט ארויס דביקות און נעימות.  
דער פיוט ווערט געזאגט אין א אופן פון חזן וקהל, יעדע צוויי שורות<ref name=":0">{{צ-בוך|מחבר=רבי שלמה זלמן גייגר|נאמען=דברי קהלות - מנהגי פראנפורט דמיין|עמ=446}}</ref>. און ווערט געזאגט מיט א שיינעם ניגון וואס ברענגט ארויס דביקות און נעימות.  




==היסטאריע==
==היסטאריע==
דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן ארום די ד'ת"ת יארן, דורך [[רבי מאיר ש"ץ|רבי מאיר ב"ר יצחק]]. דער [[שליח ציבור]] פון שטאט{{הערה|עס נישט קלאר די גענויע דאטומען פון די לעבן פון רבי מאיר ש"ץ. מיר זעען אז רש"י ברענגט אים עטליכע מאל מיט'ן טיטל זצ"ל, הושע ו ט, עמוס ג יב, און תהילים עג יב. אבער ער [אדער זיין רבי??? האט אים נאך געקענט ביים לעבן, זע {{היברובוקס|2=סדור רש"י|3=21221|page=145|4="שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק". זיין זון רבי יצחק איז אומגעקומען דורך די קרייצציגלער אין יאר [[ד'תתנ"ו]] ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא}}}}. אינערהאלב זיין פאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין די נוסח התפילה, און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי א צאל וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.   
דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן ארום די [[ד'ת"ת]] יארן, דורך [[רבי מאיר ש"ץ|רבי מאיר ב"ר יצחק]]. דער [[שליח ציבור]] פון שטאט ווירמייזא{{הערה|עס נישט קלאר די גענויע דאטומען פון די לעבן פון רבי מאיר ש"ץ. מיר זעען אז רש"י ברענגט אים עטליכע מאל מיט'ן טיטל זצ"ל, {{תנ"ך|הושע|ו|ט|מפרש=רש"י}}, {{תנ"ך|עמוס|ג|יב|מפרש=רש"י}}, {{תנ"ך|תהלים|עג|יב|מפרש=רש"י}}.
מ'זעט אבער אז ער האט אים נאך געקענט ביים לעבן, זע {{היברובוקס|2=סדור רש"י|3=21221|page=145|4="שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק"}}. זיין זון רבי יצחק איז אומגעקומען דורך די קרייצציגלער אין יאר [[ד'תתנ"ו]] ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא.}}. אינערהאלב זיין פאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין די נוסח התפילה, און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי א צאל וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.   


דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן אלס "רשות" און אריינפיר פאר'ן "תורגמן"{{לינק|אדרעס=https://digital.bodleian.ox.ac.uk/objects/9e481d9a-06e6-41e8-ae36-a58d445a1ffa/|קעפל=מחזור מנהג אשכנז}}, וואס פלעגט איבערטייטשן די פסוקים פון עשרת הדברות אויף אראמיש, און צוגעלייגט דערביי פיוטים אויף אראמיש. דער מנהג פון מתרגם זיין די תורה איז געווען איינגעפירט בימי חז"ל, און איז שפעטער פארבליבן בלויז אין שבועות און נאך{{הערה|זע {{על התורה|2=חזקוני|3=Dual/Chizkuni/Shemot/20.13#m7e0n6|4="בעצרת שהיא דוגמא מתן תורה ומתרגמינן הדברות"}}. זע אויך {{עלהתורה ש"ס|תוספות|מגילה|כד|א:}}"והא שאנו מתרגמין הפטרות של פסח ועצרת טפי משאר י״ט, לפי שהן מדברות בנס היום כדי לפרסם הנס, וכן במתן תורה כדי לפרסם הנס".}}. שפעטער ווען דאס האט שוין אויך נישט אנגעהאלטן, איז אבער דער פיוט פון אקדמות פארבליבן<ref>{{צ-בוך|מחבר=מהר"ם אש|נאמען=זכרון יהודה|עמ=לח}}{{צ-בוך|מחבר=רבי וואלף היידנהיים|נאמען=הבנת המקרא|עמ=לח|סדרה=סוף חומש שמות}}</ref>. 


רבי אברהם קלויזנער ברענגט דעם מנהג צו זאגן דעם פיוט אקדמות{{הערה|{{היברובוקס|רבי יעקב מולן|ספר מהרי"ל|44458|page=54}}}}, און עס ווערט פארצייכנט צווישן די פארצייטישע מנהגי אשכנז{{הערה|{{היברובוקס|טירנא, רבי יצחק אייזיק|ספר המנהגים|8913|page=33}}}}. אויך געפונט מען דאס אין מחזור ווירמייזא, און אין נאך כתבי יד{{הערה|{{אוצר החכמה|2=מחזור וורמיישא מנהג אשכנז|3=618509|page=146|שנת הוצאה=ה'ל"ב}}}}.
דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן אלס "רשות" און אריינפיר פאר'ן "תורגמן"{{לינק|אדרעס=https://digital.bodleian.ox.ac.uk/objects/9e481d9a-06e6-41e8-ae36-a58d445a1ffa/|קעפל=מחזור מנהג אשכנז}}, וואס פלעגט איבערטייטשן די פסוקים פון עשרת הדברות אויף אראמיש, און צוגעלייגט דערביי פיוטים אויף אראמיש. דער מנהג פון מתרגם זיין די תורה איז געווען איינגעפירט בימי חז"ל{{הערה|{{רמב"ם|תפילה|יב|י}}}}, און איז שפעטער פארבליבן בלויז אין שבועות און נאך{{הערה|זע {{על התורה|2=חזקוני|3=Dual/Chizkuni/Shemot/20.13#m7e0n6|4="בעצרת שהיא דוגמא מתן תורה ומתרגמינן הדברות"}}. זע אויך {{עלהתורה ש"ס|תוספות|מגילה|כד|א:}}"והא שאנו מתרגמין הפטרות של פסח ועצרת טפי משאר י״ט, לפי שהן מדברות בנס היום כדי לפרסם הנס, וכן במתן תורה כדי לפרסם הנס".}}. שפעטער ווען דאס האט שוין אויך נישט אנגעהאלטן, איז אבער דער פיוט פון אקדמות פארבליבן<ref>צוערשט איז דאס געשריבן געווארן אלס השערה דורך{{צ-בוך|מחבר=מהר"ם אש|נאמען=זכרון יהודה|עמ=לח}}, {{צ-בוך|מחבר=רבי וואלף היידנהיים|נאמען=הבנת המקרא|עמ=לח|סדרה=סוף חומש שמות}}נאך, שפעטער איז געפונען געווארן די אריגינאלע כתבי יד און ספרים וואס דערמאנען די פיוטים און תרגומים בשייכות מיט'ן אקדמות</ref>. 
 
רבי אברהם קלויזנער ברענגט דעם מנהג צו זאגן דעם פיוט אקדמות{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם קלויזנער|מנהגים|24905}}, געברענגט אין {{היברובוקס|רבי יעקב מולן|ספר מהרי"ל|44458|page=54}}}}, און עס ווערט פארצייכנט צווישן די פארצייטישע מנהגי אשכנז{{הערה|{{היברובוקס|טירנא, רבי יצחק אייזיק|ספר המנהגים|8913|page=33}}}}. אויך געפונט מען דאס אין מחזור ווירמייזא, און אין נאך כתבי יד{{הערה|{{אוצר החכמה|2=מחזור וורמיישא מנהג אשכנז|3=618509|page=146|שנת הוצאה=ה'ל"ב}}}}.


אין ווירמייזא זעלבסט איז דער מנהג געווען נישט צו זאגן דעם פיוט אקדמות<ref>{{צ-בוך|מחבר=רבי יוזפא שמש|נאמען=מנהגי וורמיישא|פרק=אות קד}}</ref>. די סיבה דערצו ווערט אנגעגעבן "איינמאל איז געווען א חזן אין ווירמייזא, וואס האט געזאגט אקדמות מיט א זיסע שטימע און מיט גרויס כוונה, און ווי נאר ער האט געענדיגט האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה, דעפאר זאגט מען עס נישט ביים זאגן דעם פיוט מיט גרויס מתיקות"{{הערה|ר' יהודה ליווא קירכהיים, '''מנהגות וורמייזא''', מפעל תורת חכמי אשכנז, [[מכון ירושלים]], תשמ"ז, עמוד רנח. אז אזוי האט ער מקבל געווען}}. טייל שטעלן זיך אויף דעם טעם, אז םונקט פארקערט דאס צייגט נאר אויף די חשיבות פון דעם פיוט, און דאס וואלט געדארפט ברענגען עס צו זאגן יאר יערליך מיט גרויס כוונה. עס זענען וואס געבן אנדערע טעמים דערביי, אז דאס איז צוליב די שווערע זכרונות וואס דאס האט אויפגעברענגט ביי די ארטיגע מתפללים פון די תקופה פון די קרייצציגלער מיט וואס רבי מאיר ש"ץ האט זיך פארמאסטן{{הערה|{{היברובוקס|2=ספר התודעה|3=41319|page=255}}}}.
אין ווירמייזא זעלבסט איז דער מנהג געווען נישט צו זאגן דעם פיוט אקדמות<ref>{{צ-בוך|מחבר=רבי יוזפא שמש|נאמען=מנהגי וורמיישא|פרק=אות קד}}</ref>. די סיבה דערצו ווערט אנגעגעבן "איינמאל איז געווען א חזן אין ווירמייזא, וואס האט געזאגט אקדמות מיט א זיסע שטימע און מיט גרויס כוונה, און ווי נאר ער האט געענדיגט האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה, דעפאר זאגט מען עס נישט ביים זאגן דעם פיוט מיט גרויס מתיקות"{{הערה|ר' יהודה ליווא קירכהיים, '''מנהגות וורמייזא''', מפעל תורת חכמי אשכנז, [[מכון ירושלים]], תשמ"ז, עמוד רנח. אז אזוי האט ער מקבל געווען}}. טייל שטעלן זיך אויף דעם טעם, אז םונקט פארקערט דאס צייגט נאר אויף די חשיבות פון דעם פיוט, און דאס וואלט געדארפט ברענגען עס צו זאגן יאר יערליך מיט גרויס כוונה. עס זענען וואס געבן אנדערע טעמים דערביי, אז דאס איז צוליב די שווערע זכרונות וואס דאס האט אויפגעברענגט ביי די ארטיגע מתפללים פון די תקופה פון די קרייצציגלער מיט וואס רבי מאיר ש"ץ האט זיך פארמאסטן{{הערה|{{היברובוקס|2=ספר התודעה|3=41319|page=255}}}}.

רעוויזיע פון 20:06, 5 יוני 2024


א פיוט אויף אראמיש געזאגט מיט גרויס חביבות דעם ערשטן טאג שבועות איידער קריאת התורה. הייבט זיך אן מיט די ווערטער "אקדמות מילין ושריות שותא". נתחבר געווארן דורך רבי מאיר שליח ציבור פון ווירמייזא.

אויסשטעל

דער פיוט איז אויסגעשטעלט מיט 54 בתים פון 2 שורות, יעדער שורה באשטייט פון 10 תנועות, און ענדיגט זיך מיט'ן גראם פון "תא", די אקראסטיק פון די ערשטע 26 בתים זענען לויט די רייע פון א' ב' - געדאפלט, און די איבריגע זענען לויט דער נאמען פונעם "מחבר מאיר ביר רבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמיץ".

דער פייטן הויבט אן מיט'ן נעמען רשות פון השי"ת, און טוט ארויסברענגען די לויב צו השי"ת, וואס איז נישט מעגליך צו שילדערן אפי' מיט די שטערקסטע מעגליכקייט, עס פאלגט נאך מיט די גרויסקייט פון די מלאכים, און די געוואלדיגע חשיבות פון די אידישע קינדער איבער זיי. דערנאך שילדערט דער פייטן א שמועס צווישן די אידן מיט די פעלקער, וואו די פעלקער פרעגן די אידן פארוואס זיי דינען השי"ת טראץ דעם שווערן גלות, און די אידן ענטפערן זיי מיט א לענגערע שילדערונג פון די שכר פון לעתיד לבא. דער פיוט פארענדיגט זיך מיט א ברכה אז די באטייליגטע זאל'ן טאקע זוכה זיין דערצו.

דער פיוט ווערט געזאגט אין א אופן פון חזן וקהל, יעדע צוויי שורות[1]. און ווערט געזאגט מיט א שיינעם ניגון וואס ברענגט ארויס דביקות און נעימות.


היסטאריע

דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן ארום די ד'ת"ת יארן, דורך רבי מאיר ב"ר יצחק. דער שליח ציבור פון שטאט ווירמייזא[2]. אינערהאלב זיין פאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין די נוסח התפילה, און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי א צאל וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.


דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן אלס "רשות" און אריינפיר פאר'ן "תורגמן"מחזור מנהג אשכנז, וואס פלעגט איבערטייטשן די פסוקים פון עשרת הדברות אויף אראמיש, און צוגעלייגט דערביי פיוטים אויף אראמיש. דער מנהג פון מתרגם זיין די תורה איז געווען איינגעפירט בימי חז"ל[3], און איז שפעטער פארבליבן בלויז אין שבועות און נאך[4]. שפעטער ווען דאס האט שוין אויך נישט אנגעהאלטן, איז אבער דער פיוט פון אקדמות פארבליבן[5].

רבי אברהם קלויזנער ברענגט דעם מנהג צו זאגן דעם פיוט אקדמות[6], און עס ווערט פארצייכנט צווישן די פארצייטישע מנהגי אשכנז[7]. אויך געפונט מען דאס אין מחזור ווירמייזא, און אין נאך כתבי יד[8].

אין ווירמייזא זעלבסט איז דער מנהג געווען נישט צו זאגן דעם פיוט אקדמות[9]. די סיבה דערצו ווערט אנגעגעבן "איינמאל איז געווען א חזן אין ווירמייזא, וואס האט געזאגט אקדמות מיט א זיסע שטימע און מיט גרויס כוונה, און ווי נאר ער האט געענדיגט האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה, דעפאר זאגט מען עס נישט ביים זאגן דעם פיוט מיט גרויס מתיקות"[10]. טייל שטעלן זיך אויף דעם טעם, אז םונקט פארקערט דאס צייגט נאר אויף די חשיבות פון דעם פיוט, און דאס וואלט געדארפט ברענגען עס צו זאגן יאר יערליך מיט גרויס כוונה. עס זענען וואס געבן אנדערע טעמים דערביי, אז דאס איז צוליב די שווערע זכרונות וואס דאס האט אויפגעברענגט ביי די ארטיגע מתפללים פון די תקופה פון די קרייצציגלער מיט וואס רבי מאיר ש"ץ האט זיך פארמאסטן[11].

הלכה

דער מנהג איז געווען צו זאגן דעם פיוט נאכ'ן ערשטן פסוק "בחודש השלישי". רבי אפרים בן יעקב הכהן, פון ווילנא איז אנגעפרעגט געווארן פון די קהילה אין ווענעציא איבער דעם מנהג וואס די אשכנזים האבן זיך געפירט, און די ארטיגע ספרדים האבן גע'טענה'ט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א הפסק אינמיטן קריאת התורה, דער שער אפרים איז מבאר אז דער מנהג איז א פארצייטישער מנהג און מען קען נישט מפקפק זיין דערויף, און איינמאל מען ליינט שוין דעם ערשטן פסוק איז עס מער נישט קיין הפסק, און ער שטעלט אוועק אז די ספרדים קענען זיך נישט מישן אין די מנהגים פון די אשכנזים זיי מבטל צו זיין[12].

דער ט"ז שרייבט אז דאס איז א הפסק נישט האבנדיג קיין שייכות מיט'ן ליינען, און זאל דאס זאגן בעפאר די ברכה פונעם כהן[13]. ווידעראום דער מגן אברהם (סימן קמו) ברענגט אראפ דעם מנהג פון זאגן אקדמות נאכ'ן ערשטן פסוק און דערמאנט נישט חשש דערביי. דער שו"ת פנים מאירות ברענגט (ח"ג סימן לא), אז ס'איז געווען א רב וואס האט דאס געוואלט איינפירן ווי דער ט"ז, און דער קהל האט אים נישט געלאזט, און ער פירט אויס, אז וויבאלד אקדמות איז געזאגט און א גרויסע שבח וואס מען האט מקבל געווען די פריערדיגע דורות, און מען פירט זיך צו מפסיק זיין אינמיטן קריאת התורה, קענען מיר נישט מבטל זיין דעם מנהג און זיין קלוגער פון די פריערדיגע צו זאגן אז זיי האבן נישט גוט געטון, ומנהג ישראל תורה היא.

עס ווערט דערציילט אז דער שאגת אריה איז געווארן רב אין מיץ האט ער געוואלט איינפירן צו זאגן אקדמות איידער'ן זאגן די ברכה, א זאך וואס איז אויסגעשטאנען קענערשאפט פון די בני הקהילה, און האט אים שיר נישט געקאסט דאס רבנות פאסטן.

טעמים

אין די ספרים ווערט געברענגט א צאל טעמים פארוואס פונקט דעם יו"ט שבועות זאגט מען דעם שיר, פארוואס מען זאגט דאס אין אראמישן שפראך, און נאך.

פארהאן וואס געבן אן ערקלערונג וואס פארענטפערט אויך די פארשידענע ערשיינונגען דעם שיר, וויבאלד בימי חז"ל איז געווען דער מנהג אז מען איז מתרגם די תורה שבת אינדערפרי ביים לייענען, נאך יעדן פסוק האט זיך דער בעל קורא אפגעשטעלט, און דער תורגמן האט ערקלערט די פסוקים פארן קהל. שפעטער ווען דער מנהג איז בטל געווארן, איז עס געבליבן אין צרפת ואשכנז בלויז אין גאר חשוב'ע צייטן, ווי למשל פסח און שבועות, סיי ביים קריאה און סיי ביי די הפטרה. און היות דער מנהג איז געווארן מתרגם צו זיין בלויז איינס אדער צוויי מאל אין יאר, האבן די פייטנים צוגעלייגט א 'נטילת רשות' וואס דער תורגמן זאל זאגן פארן אנהייבן זיין תרגום. דער נטילת רשות איז איינגעפירט געווארן צו זאגן דווקא אין אראמיש, וויבאלד מען גייט דאך פארזעצן מתרגם צו זיין אין אראמיש. אזוי אויך, האט מען עס איינגעפירט צו זאגן נאכן ערשטן פסוק פונעם קריאה ("בחדש השלישי"), ווייל דעמאלטס הייבט מען אן מתרגם צו זיין.

עס ווערט אנגעצייכנט אז מען געפינט נאך עטליכע אזעלכע סארט "רשות למתורגמן" אין מחזורים כתבי יד און אויך אין מחזור ויטרי.

מעשה בעל אקדמות

דער אליה רבה, אורח חיים, סימן תצ"ד, סעיף קטן ה' שרייבט:

”נמצא נדפס בלשון אשכנז ישן נושן, מעשה באריכות דעל מה תיקנו אקדמות, וסיים שכיון המעשה היה במדבר לכן תיקנו לומר אחר במדבר סיני, זכר לנס”

די מעשה ווערט געפונען אין עטליכע גירסאות, אבער נישט אלע פון זיי בשייכות מיט א מדבר. אין יאר ש"כ איז געדרוקט געווארן אין קרימונה, און שפעטער אין פיורדא תנ"ד, די געשיכטע פונעם בעל אקדמות מיט'ן סמבטיון, וואס ווערט דערמאנט אין אליה רבה. די געשיכטע איז אז ...

אן אנדער ווערסיע ווערט געברענגט ...


סיפורו של רבי מאיר בעל האקדמות, מסופר בנוסחאות רבות, אכן מצינו לסיפור זה מקור מוסמך והוא בסיפורי מרן הרמ״ח (עמ׳ רפג אות צא) שכותב ע״ז "שמעתי מזקנים ומר״ש העניך ז״ל שהמדפיסים מסלאוויטא רצו להדפיס את המעשה הזה במחזורים, אך מכיון שלא ידעו אותו בבירור פעם גזרו על גירוש בני ישראל ולאחר שהחליטו להביא אחד מבני משה לבטל הגזירה, נשלח אחד לעבור נהר הסמבטיון. מהלך נהר סמבטיון הוא י״ח שעות, ואינו נח מזעפו אלא מחצי היום בערב שבת קודש עד מוצאי שבת קודש. ובמעט שעות הנותרות בערב שבת אי אפשר להספיק לעבור כי מהלכו כאמור י״ח שעות. נתנו להשליח 'שם' שעל ידה יוכל לעבור הנהר אל בני משה, אבל לא הרשיאו לו להשתמש ב'שם' זו בחזרה, כי מותר להשתמש בה רק לצורך פיקוח נפש. השליח נתן גט לאשתו והלך לשם, במחשבה לישאר שם לכל ימות חייו. בני משה שלחו אחד מהם לבטל הגזירה, השליח היה ״א הינקעדיגער שניידער" שגם הוא נתן גט לאשתו, ועבר את הנהר. בא אל המכשף שהסית את המושל לגרש את היהודים, ואמר לו שינסה אותו ונראה מי יגבר על מי. הדבר הוסכם ביניהם שכל אחד יגיד לשני מה עליו לעשות, ועליו לקיים זאת. החייט עשה עיגול סביבו ושלח המכשף כשפים וכו׳ לנגדו, אך בהגיעם אל העיגול נשארו על עמדם. אחר כך אמר החייט להמכשף שישען על גזע עץ שהי׳ שם ולקח שני חבילות חוטי ברזל, וכשהמכשף נשען על העץ התרומם העץ למעלה והתייל [חוטי הברזל] נכרך מסביב לצוארו ונחנק, ובטלה הגזירה.



רבי וואלף היידנהיים שרייבט אויף דעם: "וקלא דלא פסיק כי רב מעשהו מבא המחבר לכך. אם קבלה היא נקבל. אמנם אין ראיה ומופת ע״ז ואין משניחיןן בבת קול אמרתי איני יודע, והנחתיו[14]". און אזוי ווערט אויך געברענגט אין מחזור מטה לוי[15].

לויט די פארשידענע מסורות איבער די מקום קבורה פון רבי מאיר ש"ץ איז דאס אין קעגנזאץ פון דעם מעשה. פארט איז מעגליך אז ס'זענען עטליכע שלוחי ציבור מיט דעם זעלבן טיטל.

חשיבות

דער פיוט אקדמות איז אלע יארן באטראכט געווארן מיט גרויס חביבות, און ווערט געזאגט מיט גרויס ליבשאפט. טייל דרוקן זיך אויס אז דאס איז "דאס מערסט באוואוסטער און באליבטער פיוט". סידור היעב"ץ: "גם בעיני יקר הפיוט החשוב הלז, גם אנו אומרים אותו לפי שאדם גדול חיברו, ונאה למי שאמרו".

"דער פיוט פון ר׳ מאיר בעל הש״ץ איז פונקט אזוי גרויס ווי די פיוטים פון ד׳ אליעזר הקליר וחביריו, וואס איז געואגט נעווארן מיט רוח הקודש אין עס איז באהאלטען דערין סודות נוראים, (ילקוט הגרשוני, שו"ת שבות יעקב ח״א סי' י״ז)

דער יעב"ץ שרייבט "אין מיינע אויגן איז דער פיוט זייער חשוב און טייער, אויך מיר טוען דאס זאגן [הגם אז ער איז מגזע ספרד], ווייל א גרויסער מענטש האט דאס מחבר געווען, און ס'איז פאסיג פאר דער וואס האט דאס געזאגט"

ניגון

דער ניגון פון אקדמות שטאמט הויפטזעכליך פונעם מחבר אליינס, און איז פארשרייט איבעראל וואו מען זאגט דעם פיוט, דער ניגון זעלבסט דירקט זיך אויס דביקות און השתוקקות. די תנועות פונעם ניגון זענען היבש ענליך צו די טעמי המקרא, דאס פאסט אריין אינעם זאגן אינמיטן ליינען[16].


ר"נ מ'ברסלב: שבח את אקדמות מאד מאד. ואמר: שישראל מחמת שהם משוקעים ורגילים כל כך בטוב, על כן אין מרגישין כל כך את שבח מעלת גדולת השבח הקדוש הזה של אקדמות שאומרים בשבועות. ואמר: מי שיודע מעלת השיר של אקדמות עם הנגון שלו כמו שרגילין העולם לזמר אותו בנגון הידוע, הוא דבר נפלא וחדוש גדול מאד. והתחיל לומר קצת איזה תבות מאקדמות עם הנגון. ואמר שאקדמות הוא שיר של חשק

נאך

אין חב"ד זאגט מען נישט קיין אקדמות[17].

אין געוויסע קהילות זינגט מען ביי ברכת כהנים שבועות מיט די ניגון פון אקדמות[1].


דרויסנדיגע לינקס

אנעים זמירות (ניק) ,"שבח דא שירתא (שיינע באשרייבונג אויף אקדמות)", ארטיקל אויף אייוועלט

חוח בין השושנים (ניק) ,"דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!", ארטיקל אויף אייוועלט

🎵אברהם לייב בורשטיין, נוסח האקדמות, אויף שער ברסלב

ביאורים


רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 רבי שלמה זלמן גייגר, דברי קהלות - מנהגי פראנפורט דמיין, עמ' 446
  2. עס נישט קלאר די גענויע דאטומען פון די לעבן פון רבי מאיר ש"ץ. מיר זעען אז רש"י ברענגט אים עטליכע מאל מיט'ן טיטל זצ"ל, רש"י, הושע ו, ט, רש"י, עמוס ג, יב, רש"י, תהלים עג, יב. מ'זעט אבער אז ער האט אים נאך געקענט ביים לעבן, זע סדור רש"י, "שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק". זיין זון רבי יצחק איז אומגעקומען דורך די קרייצציגלער אין יאר ד'תתנ"ו ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא.
  3. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה י'
  4. זע חזקוני, "בעצרת שהיא דוגמא מתן תורה ומתרגמינן הדברות". זע אויך תוספות, מגילה כד, א: "והא שאנו מתרגמין הפטרות של פסח ועצרת טפי משאר י״ט, לפי שהן מדברות בנס היום כדי לפרסם הנס, וכן במתן תורה כדי לפרסם הנס".
  5. צוערשט איז דאס געשריבן געווארן אלס השערה דורךמהר"ם אש, זכרון יהודה, עמ' לח, רבי וואלף היידנהיים, הבנת המקרא, סוף חומש שמות, עמ' לחנאך, שפעטער איז געפונען געווארן די אריגינאלע כתבי יד און ספרים וואס דערמאנען די פיוטים און תרגומים בשייכות מיט'ן אקדמות
  6. רבי אברהם קלויזנער, מנהגים, געברענגט אין רבי יעקב מולן, ספר מהרי"ל
  7. טירנא, רבי יצחק אייזיק, ספר המנהגים
  8. מחזור וורמיישא מנהג אשכנז, ה'ל"ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  9. רבי יוזפא שמש, אות קד, מנהגי וורמיישא
  10. ר' יהודה ליווא קירכהיים, מנהגות וורמייזא, מפעל תורת חכמי אשכנז, מכון ירושלים, תשמ"ז, עמוד רנח. אז אזוי האט ער מקבל געווען
  11. ספר התודעה
  12. רבי אפרים בן יעקב, הכהן, מוילנה, שער אפרים
  13. טורי זהב, אורח חיים, סימן תצ"ד, סעיף ב'
  14. קרובות - מחזור לחג השבועות
  15. מחזור קרבן אהרן לשבועות
  16. בנימין זאב מונק - מנהל "מכון ירושלים לחזנות".
  17. ספר המנהגים, לוח היום יום, עמ' נט