אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המלאך הגואל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏סגולות: הגהה המשך, אויסשטעל)
(←‏סגולות: צוגעלייגט מקור)
שורה 37: שורה 37:
* '''פארטרייבן עין הרע''' - דער פסוק איז אנגענומען אלס [[לחש]] קעגן עין הרע, בפרט פאר קינדער, ווייל די קינדער ווערן דערין געבענטשט און זיי ווערן צוגעגליכן צו די פיש וואס אין זיי הערשט נישט קיין שלעכט אויג. דאס ווערט אויך אנגעגעבן אלס טעם פארוואס מען זאגט דעם פסוק נאך די עליה פון כל הנערים, צו באשיצן קעגן עין הרע אויף אלע פארזאמלטע קינדער{{הערה|{{היברובוקס|2=ליקוטי מהרי"ח|3=48754|page=246|באנד=ג|4=סדר שחרית לשמחת תורה}}.}}.

: ווען עס קומט פאר א [[ברית]] פון [[צווילינג]] אדער צוויי אנדערע קינדער אויפאמאל, איז א מנהג צו זאגן דעם פסוק צווישן איין מילה און אנדערן{{הערה|{{היברובוקס|רבי מרדכי הלוי|דרכי נעם|135|page=87}}, געברענגט אין {{שלחן ערוך|יורה דעה|רסה|מפרש=פתחי תשובה|סק=י}}}}. אויך דא ווערט אנגעגעבן דער טעם צו באשיצן קעגן עין הרע{{הערה|{{היברובוקס|רבי חיים אלעזר שפירא|אות חיים ושלום|4757|page=352|יורה דעה דארט, ס"ק ט"ו}}}}.

* '''שמירה פאר א ניי-געבוירן קינד''' - אין [[וואכנאכט]] פירט מען זיך צוזאמצונעמען יונגווארג נאנט צום [[בעיבי]], און נאכן ליינען נעבן אים די ערשטע פרשה פון [[קריאת שמע]] זאגט מען אויך דער פסוק, אלס [[שמירה]] אויפן קינד דורכאויס די נאכט{{מקור}}.
* '''שמירה פאר א ניי-געבוירן קינד''' - אין [[וואכנאכט]] פירט מען זיך צוזאמצונעמען יונגווארג נאנט צום [[בעיבי]], און נאכן ליינען נעבן אים די ערשטע פרשה פון [[קריאת שמע]] זאגט מען אויך דער פסוק, אלס [[שמירה]] אויפן קינד דורכאויס די נאכט{{הערה|ברית אבות, קונטרס ליל שימורים אות י"ג}}.
* '''שמירה ביינאכט''' - אסאך זאגן די פסוק צווישן אנדערע אינעם סדר פון [[קריאת שמע שעל המיטה]], ווי סשטאמט פון די [[ראשונים]]{{הערה|[[ספר הרוקח]] [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=44332#p=131&fitMode=fitwidth&hlts=&ocr= הלכות ברכות סימן שמ"ה]; תשב"ץ סימן ר"ס-ווערט געברענגט אין {{היברובוקס||מטה משה, סימן שצ"ד|42401|page=104}}.}}. אנדערע{{הערה|אזוי אין {{היברובוקס||מטה משה, סימן שצ"ד|42401|page=104}}.}} צייכענען צו אז סאיז אזוי לויט די [[זוהר]]{{הערה|[https://he.wikisource.org/wiki/זוהר_חלק_י#:~:text=פתח%20ואמר%2C%20%22המלאך,יחידאי%20בלא%20זווגא%20דשכינתא. פרשת ויחי, רל ע"א].}} מיינט מען מיט דעם צו פארטרייבן פון אלע מזיקי וואס קומען ארום דער מענטש.

*אין [[שבט מוסר]]{{הערה|[https://he.wikisource.org/wiki/שבט_מוסר/לא שבט מוסר פרק ל”א].}} שרייבט ער אז מדארף צו זעהן צו זאגן די פסוק יעדן נאכט מיט די יונגוואר. [[רבי חנוך ערנטרוי]]{{הערה|{{אוצר החכמה|חנוך ארנטרוי|קמץ המנחה, פרשת ויחי, זייט סה|14477|page=65|סופיקס=יא}}.}} איז מסביר די טעם דערפון: {{ציטוטון|כי כאשר אנו אומרים פסוק זה עם ילדינו, הרי אמירה זו היא כעין תפילה ותקווה שגם בנינו הבאים אחרינו ימשיכו בדרכם של אברהם יצחק ויעקב, וכך ייקרא שמם של ההורים על בניהם. זו הייתה מהות בקשתו של יעקב אבינו, עליו השלום, כשביקש: {{ציטוטון|וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק}}, וזוהי השאיפה העזה שמבטאים אנו בקריאתנו ברגש פסוק זה עם ילדינו}}.

רעוויזיע פון 17:13, 25 דעצעמבער 2023

די ווערטער פונעם פסוק

"הַמַּלְאָךְ הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵךְ אֶת הַנְּעָרִים וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ".

בראשית מח, טז

המלאך הגואל איז א פסוק וואס שטייט אין צענטער פון די ברכות וואס יעקב אבינו האט אנגעוואונטשן פאר מנשה און אפרים, און ווערט אסאך באנוצט אין תפילות, מנהגים, און סגולות.

די ברכה און איר באדייט

המלאך הגואל איז דער צווייטער פסוק אין די ברכה וואס יעקב האט געוואונטשן פאר מנשה און אפרים:

הָאֱלֹקִים אֲשֶׁר הִתְהַלְּכוּ אֲבֹתַי לְפָנָיו אַבְרָהָם וְיִצְחָק, הָאֱלֹקִים הָרֹעֶה אֹתִי מֵעוֹדִי עַד הַיּוֹם הַזֶּה, הַמַּלְאָךְ הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵךְ אֶת הַנְּעָרִים; וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק, וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ.

רש"י זאגט אז דער מלאך וואס יעקב דערמאנט איז דער וואס איז געווען געוואוינט געשיקט צו ווערן צו אים ביי זיינע צרות. אין מדרש ווערט געברענגט אז דאס איז א מלאך וואס איז ממונה צו היטן די אבות און די אידן אין אלע דורות[1], און די ראשונים זאגן אז דאס איז נעמליך דער מלאך מיכאל[2]. טייל לייגן צו אז אויך די ווערטער "האלוקים הרועה אותי מעודי עד היום הזה" באציען זיך צום מלאך[3].

די מפרשים זענען דן וויאזוי יעקב האט געקענט דאווענען, לכאורה, צו א מלאך. דער ספורנו שרייבט אז מיט די ווערטער האט יעקב געבעטן אז טאמער מנשה און אפרים זענען נישט ראוי געבענטשט צו ווערן דירעקט פון באשעפער אליין, זאל ער כאטש הייסן דער מלאך דאס טון. רבי שלמה אשתרוק איז מסביר באריכות די מהות פון א מלאך און זיין ראלע, און ערקלערט אז יעקב האט נישט געבעטן דעם מלאך צו וואונטשן, נאר אז די השפעה וואס ער באקומט פון גאט דורך די מלאך זאל גיין צו די קינדער[4]. אין תשובות הגאונים שטייט אז מען קען אייגנטליך יא בעטן טובות פון מלאכים, ווייל עס זענען דא זאכן וואס קענען טון אליין[5].

ווידעראום אנדערע טייטשן אז די ווערטער "יברך את הנערים" באציט זיך צום באשעפער, דער שיקער פון דעם מלאך[6]. אדער אז די ווערטער "המלאך הגואל" רעפערירן צום באשעפער אליין[7] אדער צו זיין ווארט[8].

יעקב אבינו האט געניצט דאס ווארט "וידגו" זיי צו וואונטשן אז זאל זיך מערן, און נישט אנדערע ווערטער ווי "ויפרו" אדער "וירבו", צו מרמז זיין אז ווי די פיש זאל אויף זיי נישט הערשן קיין עין הרע[9].

קריאת התורה

די עליה אין וועלכע מען ליינט דעם פסוק ווערט אויסגערעכנט צווישן די "פרשיות הנדרים"[10], צוליב וואס אידן שנדר'ן גרויס געלט דערפאר[11][12].

אין ווארמייזע איז געווען דער מנהג אין שבת פרשת ויחי צו געבן די עליה פאר דער חשוב'סטער לוי אין בית המדרש, און דער בעל קורא האט געליינט דעם פסוק, מיט אן העכערע שטימע[13].

אין די נאכט פון שמחת תורה פירן זיך טייל צו ליינען די פרשה פון דעם פסוק, צווישן די אנדערע פרשיות הנדרים[10][12]. אינדערפרי, ביי די עליה פון כל הנערים, פירט מען זיך פארצוזאגן פאר די קינדער דעם פסוק[14].

סגולות

דער פסוק ווערט געזאגט אין פארשידענע געלעגנהייטן, צוליב די סגולות וואס ווערן צוגעשריבן צו דעם פסוק אין די מקורות. צווישן זיי:

  • פארטרייבן עין הרע - דער פסוק איז אנגענומען אלס לחש קעגן עין הרע, בפרט פאר קינדער, ווייל די קינדער ווערן דערין געבענטשט און זיי ווערן צוגעגליכן צו די פיש וואס אין זיי הערשט נישט קיין שלעכט אויג. דאס ווערט אויך אנגעגעבן אלס טעם פארוואס מען זאגט דעם פסוק נאך די עליה פון כל הנערים, צו באשיצן קעגן עין הרע אויף אלע פארזאמלטע קינדער[15].
ווען עס קומט פאר א ברית פון צווילינג אדער צוויי אנדערע קינדער אויפאמאל, איז א מנהג צו זאגן דעם פסוק צווישן איין מילה און אנדערן[16]. אויך דא ווערט אנגעגעבן דער טעם צו באשיצן קעגן עין הרע[17].
  • שמירה פאר א ניי-געבוירן קינד - אין וואכנאכט פירט מען זיך צוזאמצונעמען יונגווארג נאנט צום בעיבי, און נאכן ליינען נעבן אים די ערשטע פרשה פון קריאת שמע זאגט מען אויך דער פסוק, אלס שמירה אויפן קינד דורכאויס די נאכט[18].
  • שמירה ביינאכט - אסאך זאגן די פסוק צווישן אנדערע אינעם סדר פון קריאת שמע שעל המיטה, ווי סשטאמט פון די ראשונים[19]. אנדערע[20] צייכענען צו אז סאיז אזוי לויט די זוהר[21] מיינט מען מיט דעם צו פארטרייבן פון אלע מזיקי וואס קומען ארום דער מענטש.
  • אין שבט מוסר[22] שרייבט ער אז מדארף צו זעהן צו זאגן די פסוק יעדן נאכט מיט די יונגוואר. רבי חנוך ערנטרוי[23] איז מסביר די טעם דערפון: ”כי כאשר אנו אומרים פסוק זה עם ילדינו, הרי אמירה זו היא כעין תפילה ותקווה שגם בנינו הבאים אחרינו ימשיכו בדרכם של אברהם יצחק ויעקב, וכך ייקרא שמם של ההורים על בניהם. זו הייתה מהות בקשתו של יעקב אבינו, עליו השלום, כשביקש: ”וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק”, וזוהי השאיפה העזה שמבטאים אנו בקריאתנו ברגש פסוק זה עם ילדינו”.
  • ויתן לך - אין סדר פון ויתן לך וואס ווערט געזאגט יעדן מוצאי שבת, ווי מזאמלט זיך אהן מיט אלע גוטע געוואונטשן בעפאר די קומענדיגע וואך, זאגט מען אויך די פסוק[24].
  • זרע של קיימא - באקומען די עליה פון כל הנערים אין דערביי זיין אין צייט וואס מזאגט זיי פאר די פסוק, איז מסוגל אויף קינדער[25].

לידער

אויף די ווערטער פונעם פסוק, זענען פארפאסט געווארן עטליכע לידער, טייל פון זיי גאר פאפולאר:

רעפערענצן

  1. שמות רבה, פרשה לב אות ט
  2. רבי מנחם בן שלמה, שכל טוב בראשית, ברלין, תר"ס, זייט 309 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); אבן עזרא אויף שמות כג, כ.
  3. אבן עזרא, פירוש הקצר אויף שמות ג, ז.

  4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי שלמה אשתרוק, מדרשי התורה, ברלין, תרנ"ט, זייט 84.
  5. אברהם אליהו הרכבי (רעדאקטאר), זכרון לראשונים וגם לאחרונים א - תשובות הגאונים, בערלין, תרמ"ז, זייט 188 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  6. רבי אברהם בן הרמב"ם, רבי שמואל בן חפני גאון, אברבנאל, חזקוני און רד"ק אויף בראשית מח, טו
  7. ספר הזוהר, חלק א, דף ר"ל, עמוד א': ”המלאך הגואל אותי דא שכינתא”; רמב"ן, בראשית מח, טו; משכיל לדוד אויף רש"י, בראשית מח, טו, ד"ה המלאך הגאל אותי.
  8. אור החיים, בראשית מח, טו
  9. ברכות כ, א;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    תוספות השלם ה, ירושלים, תשמ"ו, זייט כו.
  10. 10.0 10.1 ביכורי יעקב, סימן תרס"ט, ס"ק י"ג.
  11. ספר נהג כצאן יוסף, פרשת ויחי; מנהגי פיורדא, פרשת ויחי.
  12. 12.0 12.1 זעט: ספר שערי אפרים, שער ח, סעיף נז און אין די נו"כ אויפן פלאץ.
  13. יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, סדר הפרשיות, ויחי.
  14. רמ"א, אורח חיים, סימן תרס"ט, סעיף א'. דער לשון אין רמ"א איז אז מען ליינט דאס פאר די קינדער, אבער דער לבוש אויפן פלאץ ערקלערט אז מען זאגט עס זיי פאר פון אויסנווייניג.
  15. ליקוטי מהרי"ח ג, סדר שחרית לשמחת תורה.
  16. רבי מרדכי הלוי, דרכי נעם, געברענגט אין פתחי תשובה, יורה דעה, סימן רס"ה, סעיף קטן י'
  17. רבי חיים אלעזר שפירא, אות חיים ושלום, יורה דעה דארט, ס"ק ט"ו
  18. ברית אבות, קונטרס ליל שימורים אות י"ג
  19. ספר הרוקח הלכות ברכות סימן שמ"ה; תשב"ץ סימן ר"ס-ווערט געברענגט אין מטה משה, סימן שצ"ד.
  20. אזוי אין מטה משה, סימן שצ"ד.
  21. פרשת ויחי, רל ע"א.
  22. שבט מוסר פרק ל”א.
  23. חנוך ארנטרוי, קמץ המנחה, פרשת ויחי, זייט סה, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  24. סדר פון ויתן לך.
  25. קונטרס ותפקדנו - תשרי.
  26. דורך YouTube Play Button.png דורך עיבי אויף יוטיוב; YouTube Play Button.png 'דבקות' כאר אויף יוטיוב; דורך YouTube Play Button.png גלעד פוטולסקי מיט 'שלהבת' ארקעסטער אויף יוטיוב.
  27. YouTube Play Button.png המלאך מעדלי, דורך זאנוויל ויינברגר, מלכות, מענדי הערשקאוויטש אויף יוטיוב
    1. דארט 2:30
    2. דארט 6:30
  28. ליסטע פון אלע ניגוני הרה"ח ר' משה גאלדמאן ז"ל אויף אייוועלט
  29. אויסגעפירט דורך YouTube Play Button.png בריו כאקשור אויף יוטיוב.
  30. לינק צום ניגון.
  31. אויסגעפירט דורך YouTube Play Button.png 'קינדערלעך' כאר אויף יוטיוב.
  32. YouTube Play Button.png המלאך, דורך לוי פאלקאוויטש אויף יוטיוב.
  33. ליד אויף המחדש וועבזייטל.

קאַטעגאָריע:פרשת ויחי קאַטעגאָריע:יעקב אבינו