אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:והיה ברכה"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]") |
||
שורה 42: | שורה 42: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי| | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] |
רעוויזיע פון 18:00, 20 דעצעמבער 2023
והיה ברכה איז א ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו באקאנט אלס דער בני יששכר
דער מחבר
רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.
רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר והיה ברכה איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא
אינהאלט
דער ספר והיה ברכה איז ארויסגעגעבען אין צוויי טיילן, דער ערשטער טייל איז אויף משניות ברכות און תוספתא דער צווייטער טייל איז אויף משניות זרעים און אויף מסכת שבת ביז דף מ"ב.
אויסגאבעס
חלק א'
- פרעמישלא תרל"ה, דורך אן אייניקל פון מחבר רבי מאיר משולם שפירא, פון לאנצהוט, א זון פון רבי שמואל שפירא
- ירושלים ה'תשי"ח.
חלק ב'
- פרעמישלא תרמ"ח, דורך אן אייניקל פון מחבר רבי מאיר משולם שפירא, פון לאנצהוט, א זון פון רבי שמואל שפירא
אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר והיה ברכה פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.
הסכמות
- רבי חיים האלבערשטאם זצ"ל דער צאנזער רב, ג' פנחס ה'תרל"ד
- רבי יוסף שאול נאטאנזאהן זצ"ל דער לעמבערגער רב, ד' שופטים ה'תרל"ד.
- רבי יצחק שמעלקיס זצ"ל פרעמישלא רב
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- בית עקד ספרים
ספרי בית דינאוו |
אגרא דכלה · אגרא דפרקא · אור למאיר · אזהרות מהרצ"א · בני יששכר · ברכה משולשת · דברים נחמדים · דרך עדותיך · דרך פקודיך · הגהות והוספות מהרצ"א · הגהות מהרצ"א · הלכות ותקנות · הנותן אמרי שפר · והיה ברכה · זכרון מאיר · חדושי בני יששכר · חדושי מהרצ"א · טעמי המצות · יודעי בינה · כלי הרואים · לקוטי מהרצ"א · מגיד תעלומה · מעין גנים · נחל אמונים · סדר הקרבנות · צבי לצדיק · צמח דוד · קרן ישועה · רגל ישרה · ריח דודאים · תקנות תמכין דאורייתא |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!