אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה דוד טייטלבוים"
ק (החלפת טקסט – "[[אהרן האלבערשטאם" ב־"[[רבי אהרן האלבערשטאם") |
ק (החלפת טקסט – "[[שמואל טייטלבוים (גארליץ)" ב־"[[רבי שמואל טייטלבוים (גארליץ)") |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
==אפשטאם== | ==אפשטאם== | ||
'''רבי משה דוד''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרט"ו]], צו זיין פאטער הרב '''[[ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים|ישראל יעקב יוקל טייטלבוים]]''' רב אין [[וואלאווע]], א זון פון הרב [[שמואל טייטלבוים (גארליץ)|שמואל טייטלבוים]] רב אין [[גארליץ]], א זון פון הרב [[רבי אלעזר ניסן טייטלבוים]], רב אין [[דראהאביטש]], א זון פון הרב [[רבי משה טייטלבוים (ישמח משה)|משה טייטלבוים פון אוהעל]] דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת '''הענדל''' א טאכטער פון זיין פעטער הרב '''[[יקותיאל יהודה טייטלבוים]]''', דער ייטב לב. | '''רבי משה דוד''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרט"ו]], צו זיין פאטער הרב '''[[ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים|ישראל יעקב יוקל טייטלבוים]]''' רב אין [[וואלאווע]], א זון פון הרב [[רבי שמואל טייטלבוים (גארליץ)|שמואל טייטלבוים]] רב אין [[גארליץ]], א זון פון הרב [[רבי אלעזר ניסן טייטלבוים]], רב אין [[דראהאביטש]], א זון פון הרב [[רבי משה טייטלבוים (ישמח משה)|משה טייטלבוים פון אוהעל]] דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת '''הענדל''' א טאכטער פון זיין פעטער הרב '''[[יקותיאל יהודה טייטלבוים]]''', דער ייטב לב. | ||
==רבנות== | ==רבנות== |
רעוויזיע פון 11:01, 18 דעצעמבער 2023
רבי משה דוד טייטלבוים זצ"ל (ה'תרט"ו - כ"א אדר ב' ה'תרצ"ה), רב אין מאדיאר-לאפאש.
אפשטאם
רבי משה דוד איז געבוירן אין יאר ה'תרט"ו, צו זיין פאטער הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים רב אין גארליץ, א זון פון הרב רבי אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים פון אוהעל דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.
רבנות
רבי משה דוד איז אויפגעצויגען געווארן ביי זיין זיידען דער ייטב לב, און איז געווען א תלמיד פון צאנזער רב. ווען רבי משה דוד האט געהייראט האט זיין אור-עלטער-שווער דער צאנזער רב זיך געשטעלט דערויף אז די חתונה זאל פארקומען אין צאנז.
רבי משה דוד האט געגעסען קעסט א יאר ביים צאנזער רב. אין יאר ה'תרמ"ב איז רבי משה דוד אויפגענומען געווארן רב אין מאדיאר-לאפאש, ער איז געווען דארט רב איבער פופציג יאר, און געפירט דארט א ישיבה פאר אומגעפער הונדערט בחורים.
הסתלקות
רבי משה דוד איז נפטר געווארן כ"א אדר ב' ה'תרצ"ה.
פאמיליע
רבי משה דוד האט געהייראט מרת חיה ( - י"ז תמוז ה'תרפ"ט), א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא. זייערע קינדער:
- הרב אברהם חיים טייטלבוים הי"ד, רב אין קרעניץ. ער האט געהייראט מרת מרים הי"ד, א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין גריבאוו. פון זייערע קינדער:
- הרב אביגדור טייטלבוים הי"ד, רב אין פיווניטשא און דיין אין צאנז. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שלום האלבערשטאם רב אין פיעקלא, א זון פון הרב רבי אהרן האלבערשטאם דער קרייזער רב.
- הרב שמואל טייטלבוים הי"ד, יונגער רב אין קרעניץ.
- מרת ביילא, די ווייב פון הרב אהרן גראס רב אין לאפאש.
- ( [1] הרב אהרן טייטלבוים, רב אין קרעניץ).
- הרב יצחק שמואל טייטלבוים הי"ד, פון לאפאש. ער האט געהייראט מרת חנה הי"ד, א טאכטער פון זיין פעטער הרב נפתלי טייטלבוים, רב אין נירבאטור. זייערע קינדער:
- ישראל יעקב יוקיל הי"ד... יקותיאל יהודה הי"ד.
- הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, פון אוהעל נאכהער אין בראנקס. ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת איטא, א טאכטער פון הרב נפתלי האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו.
- די ווייב פון הרב אהרן גראס, רב אין לאפאש
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ א.ל.ג. אויך זרעא קדישא נאר בדרך אפשר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!