אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי צבי הירש הורוויץ (ראזוואדאוו)"
ק (החלפת טקסט – "[[משה הורוויץ" ב־"[[רבי משה הורוויץ") |
ק (החלפת טקסט – "[[נפתלי הורוויץ (מעליץ)" ב־"[[רבי נפתלי הורוויץ (מעליץ)") |
||
שורה 30: | שורה 30: | ||
* מרת '''געננדל''', '''בזיווג ראשון''' די ווייב פון הרב '''יעקב עפשטיין''' א זון פון הרב לייביש עפשטיין, דער אוזשראווער רבי, '''בזיווג שני''' די ווייב '''בזיווג שלישי''' פון הרב חיים האגער פון אנטיניע. | * מרת '''געננדל''', '''בזיווג ראשון''' די ווייב פון הרב '''יעקב עפשטיין''' א זון פון הרב לייביש עפשטיין, דער אוזשראווער רבי, '''בזיווג שני''' די ווייב '''בזיווג שלישי''' פון הרב חיים האגער פון אנטיניע. | ||
* מרת '''בינה''', די ווייב פון הרב '''אלימלך הורוויץ''' פון [[מעליץ]] א זון פון הרב [[נפתלי הורוויץ (מעליץ)|נפתלי הורוויץ]] רב אין [[מעליץ]]. | * מרת '''בינה''', די ווייב פון הרב '''אלימלך הורוויץ''' פון [[מעליץ]] א זון פון הרב [[רבי נפתלי הורוויץ (מעליץ)|נפתלי הורוויץ]] רב אין [[מעליץ]]. | ||
* מרת '''מירל''', די ווייב '''בזיווג שני''' פון הרב '''[[יעקב יצחק הורוויץ]]''', רב אין [[בארניוו]], זי איז נפטר געווארן אין [[ראזוואדאוו]] אין עלטער פון זיבעציג יאר [[כ"ו ניסן]] [[ה'תרצ"ז]], אן קינדער. | * מרת '''מירל''', די ווייב '''בזיווג שני''' פון הרב '''[[יעקב יצחק הורוויץ]]''', רב אין [[בארניוו]], זי איז נפטר געווארן אין [[ראזוואדאוו]] אין עלטער פון זיבעציג יאר [[כ"ו ניסן]] [[ה'תרצ"ז]], אן קינדער. |
רעוויזיע פון 21:51, 17 דעצעמבער 2023
רבי צבי הירש הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ט - חשון ה'תרע"ט), דער ראזוואדאווער רב.
אפשטאם
רבי הערש'עלע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ט (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב רבי משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.
רבנות
רבי הערש'עלע איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין ראזוואדאוו. רבי הערש'עלע איז געווען פון די אנגעזעהנע רבי'ס אין זיין צייט. ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפען קיין וויען. ווען ער איז צוריק געקומען האט ער זיך באזעצט איו ריישא.
הסתלקות
רבי הערש'עלע איז נפטר געווארן אין חודש חשון ה'תרע"ט, אין ריישא, און מען האט אים געלייגט אין ראזוואדאוו.
פאמיליע
רבי הערש'עלע האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב יחיאל וויגשאהל רב אין פריסטיק.
בזיווג שני האט ער געהייראט מרת חוה א טאכטער פון הרב משה זילבערפארב, אן איידעם פון הרב חנוך הענך פון אלעסק. זיינע קינדער:
- הרב אפרים הורוויץ (ה'תר"ל (אומגעפער) - ה'תרצ"ב), ממלא מקום פון פאטער, רב אין ראזוואדאוו. ער האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב אברהם חיים הורוויץ, רב אין פלאנטש.
- הרב מנשה הורוויץ (ה'תר"ם (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), ראזוואדאווער רבי אין ריישא. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב צבי אלימלך שפירא רב אין בלאזאוו. זייערע קינדער:
- הרב חיים הורוויץ ער האט געהייראט א מרת פריידא א טאכטער פון הרב אלטער זאב הורוויץ רב אין סטריזשעוו
- הרב שלמה הורוויץ (ה'תר"ס (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ), ער האט געהייראט מרת קריינדל פינקל (ה'תרס"ה - הושענא רבה ה'תש"ג), א טאכטער פון הרב אלעזר ווייסבלום פון ריישא. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמן מיט זייערע קינדער שיינדל, גיטל, אלעזר, און ביילא, הי"ד.
- הרב שמחה הורוויץ (ה'תרנ"ג (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ), פון ווישנא, ער האט געהייראט מרת חנה שרה א טאכטער פון הרב יעקב משה סאפרין, פון קאמארנא.
- מרת געננדל, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב יעקב עפשטיין א זון פון הרב לייביש עפשטיין, דער אוזשראווער רבי, בזיווג שני די ווייב בזיווג שלישי פון הרב חיים האגער פון אנטיניע.
- מרת בינה, די ווייב פון הרב אלימלך הורוויץ פון מעליץ א זון פון הרב נפתלי הורוויץ רב אין מעליץ.
- מרת מירל, די ווייב בזיווג שני פון הרב יעקב יצחק הורוויץ, רב אין בארניוו, זי איז נפטר געווארן אין ראזוואדאוו אין עלטער פון זיבעציג יאר כ"ו ניסן ה'תרצ"ז, אן קינדער.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!