אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טאמאשאוו"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022

טאמאשאוו
POL Tomaszów Lubelski COA 1.svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 16טן יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 50°27′N 23°25′E / 50.450°N 23.417°E / 50.450; 23.417 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואיעוואדעשאפט לובלין

 ‑ אין שטאָט

19,991‏  (שטייענדיג 2009)

טאמאַשאוו (פּויליש: Tomaszów Lubelski) איז א שטעטל אין דרום־מזרח פוילן מיט 20,261 איינוואוינער (2004). עס געפינט זיך אין דער לובלינער וואיעוואדעשאפט (זייט 1999), און איז פריער געווען אין דער זאמאשטשער וואיעוואדעשאפט (1975-1998).

היסטאריע

דאס שטעטל עקזיסטירט זייט 1613 מיטן היינטיגן נאמען.

שטענדיג האבן יידן געוואוינט אין טאמאשאוו. פארן צווייטן וועלט קריג האבן מער ווי 5,000 יידן געוואוינט אין דעם שטעטל, און זיי זענען געווען 50% פון זיין באפעלקערונג. די דייטשן האבן אקופירט דאס שטעטל אין 1939 און געמאכט א געטא פאר די יידן. אין 1942 האבן זיי פארטיליקט אלע יידן אין בעלזשיץ טויט-לאגער, נישט ווייט פון טאמאשאוו.

אין תקפ"ז האט רבי מנחם מענדל מארגנשטערן אנגעהויבן פירן זיין רעביסטעווע אין טאמאשאוו, אבער נאך א קורצער צייט האט ער זיך געצויגן קיין קאצק.