אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שת"
(פארברייטערט) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 11: | שורה 11: | ||
שת האט געלעבט 912 יאר. | שת האט געלעבט 912 יאר. | ||
ער איז נפטר געוואן אין יאר [[א'מ"ב]]. | |||
לויט דער מדרש שת איז פון די זיבן מענטשן וואס האבן געבארן געווארן געמאלעטע{{הערה|[[מדרש תנחומא]] נח ה}}. | לויט דער מדרש שת איז פון די זיבן מענטשן וואס האבן געבארן געווארן געמאלעטע{{הערה|[[מדרש תנחומא]] נח ה}}. |
רעוויזיע פון 18:49, 2 נאוועמבער 2023
שת איז געווען דער דריטער זון פון אדם הראשון און חוה.
ער איז געבארן געווארן נאך וואס קין האט געהארגעט פאר זיין ברודער הבל, ווען אדם איז געווען האלט 130 יאר (בראשית ה, ג), וואס קומט אויס אין יאר ק"ל פון בריאת העולם.
די תורה איז מסביר דעם נאמען פון שת - "כי שָׁת (געגעבן) לי ה' בן אחר תחת הבל כי הרגו קין" (בראשית ד, כה). אלע מענטשן אין וועלט היינט זענען אייניקלאך פון שת (וויל אלע צאצאים פון קין זענען געהארגעט געוואן אין מבול צולייב זייערע עבירות[1]).
פאר שת איז געבארן געווארן א קינד ווען ער איז געווען האלט 105 יאר מיטן נאמען אנוש (בראשית ד, כו; ה, ו). אנוש האט געבארן פאר קינן, וקינן האט געבארן פאר מהללאל, ומהללאל האט געבארן פאר ירד, וירד האט געבארן פאר חנוך, וחנוך האט געבארן פאר מתושלח, ומתושלח האט געבארן פאר למך, ולמך האט געבארן פאר נח.
שת האט געלעבט 912 יאר.
ער איז נפטר געוואן אין יאר א'מ"ב.
לויט דער מדרש שת איז פון די זיבן מענטשן וואס האבן געבארן געווארן געמאלעטע[2].
זיין קבר
לויטן מסורת איז שת באגראבן אין אזור פון דעם האלטן כפר ארבל.
לויט די אראבישע מסורת, איז שת, וואס ווערט אנגערופן ביי זיי 'נבי שית', איז ער באגראבן אין שטח פון דער אראבישן כפר בשית. אמאל איז דער כפר געווען אנגערופן בית-שית[3] און דער נאך האט זיך די נאמען געביטן צו בשית.
רעפערענצן
- ↑ די זאך איז א מחלוקת אין מדרש, און עס איז דא וואס זאגן אז נעמה די טאכטער פון למך איז געווען די וויב פון נח, און לויט דעם זענען אלע מענטשן פון וועלט אייניקלאך פון קין. אזוי ווי עס איז געברענגט אין בראשית רבה פ' בראשית פרשה כג: "ואחות תובל קין נעמה, א"ר אבא בר כהנא נעמה אשתו של נח היתה, למה היו קורין אותה נעמה שהיו מעשיה נעימים, ורבנן אמרי נעמה אחרת היתה, ולמה היו קורין אותה נעמה שהיתה מנעמת בתוף לעבודת כוכבים".
- ↑ מדרש תנחומא נח ה
- ↑ אויף איינגליש שרייבט מען דעם נאמען פון כפר Bashshit .