אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אמרפל"
ק (הגהה המשך, אויסשטעל) |
(←אין די פסוקים: הגהה, עטוואס פארברייטערט) |
||
שורה 6: | שורה 6: | ||
==אין די פסוקים== | ==אין די פסוקים== | ||
אמרפל איז געווען באוואוסט | די פיר קעניגן, אין שפיץ פון כדרלעומר, זענען געקומען קיין כנען צו אונטערדרוקן די פינף קעניגן פון ככר הירדן וועלכע האבן אין אים רעוואלטירט. אויפן וועג זענען זיי באפאלן נאך פעלקער, ווי די [[רפאים]], די [[חורים]], די [[אמורי (פאלק)|אמורים]] און נאך. אין זייער מלחמה קעגן די פינף קעניגן האבן זיי באזיגט די אויפשטענדלער, בארויבט זייער פארמעגן און גענומען פון זיי מענטשן אין געפענגעניש. [[אברהם אבינו]] האט זיי נאכגעיאגט אויף זייער וועג קיין צפון צו זייערע לענדער, און אין [[דמשק]] געגנט האט ער זיי דערגרייכט, באזיגט, און צוריקגעקערט דאס רויב און די געפאנגענע. | ||
אמרפל איז געווען באוואוסט אלס א גרויסער קעניג אין זיין צייט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|א|מפרש=ספורנו}}}}, און לויט [[רש"י]] איז ער געווען דער חשוב'סטער צווישן די פיר קעניגן{{הערה|גור אריה פון [[מהר"ל]], בראשית יד,ה}}. אנדערע מפרשים זאגן אז כדרלעומר איז געווען דער חשוב'סטער און הויפט צווישן זיי{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|ד|מפרש=רד"ק}}}}, נאר אמרפל איז געווען דער עלטסטער{{הערה|פענח רזא און טור על התורה, בראשית יד,א}}. טייל זאגן אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען אין שפיץ, און מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפיץ{{הערה|העמק דבר, בראשית יד,א}}. | |||
==זיין נאמען און לאנד== | ==זיין נאמען און לאנד== |
רעוויזיע פון 08:06, 27 אקטאבער 2023
אמרפל דער קעניג פון שנער, ווערט דערמאנט אין תנ"ך אין ספר בראשית, קאַפּיטל י"ד ווי איינער פון די קעניגן פון די פיר קעניגן קאאליציע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן צוזאמען מיט אריוך דער קעניג פון אלסר, כדרלעומר דער קעניג פון עילם און תדעל דער קעניג פון גוים, צו דערשטיקן די אויפשטאנד פון די פינף קעניגן פון ככר הירדן וואס האבן זיך פאראייניגט צו ווידערשפעניגן אין די קעניגן פון מעסאפאטאמיע. אמרפל איז דער ערשטער תנ"ך פערזענליכקייט מיטן טיטל "קעניג".
אין די פסוקים
די פיר קעניגן, אין שפיץ פון כדרלעומר, זענען געקומען קיין כנען צו אונטערדרוקן די פינף קעניגן פון ככר הירדן וועלכע האבן אין אים רעוואלטירט. אויפן וועג זענען זיי באפאלן נאך פעלקער, ווי די רפאים, די חורים, די אמורים און נאך. אין זייער מלחמה קעגן די פינף קעניגן האבן זיי באזיגט די אויפשטענדלער, בארויבט זייער פארמעגן און גענומען פון זיי מענטשן אין געפענגעניש. אברהם אבינו האט זיי נאכגעיאגט אויף זייער וועג קיין צפון צו זייערע לענדער, און אין דמשק געגנט האט ער זיי דערגרייכט, באזיגט, און צוריקגעקערט דאס רויב און די געפאנגענע.
אמרפל איז געווען באוואוסט אלס א גרויסער קעניג אין זיין צייט[1], און לויט רש"י איז ער געווען דער חשוב'סטער צווישן די פיר קעניגן[2]. אנדערע מפרשים זאגן אז כדרלעומר איז געווען דער חשוב'סטער און הויפט צווישן זיי[3], נאר אמרפל איז געווען דער עלטסטער[4]. טייל זאגן אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען אין שפיץ, און מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפיץ[5].
זיין נאמען און לאנד
די נאמען אמרפל ווערט אויך דערמאנט אין אוגארישע טעקסטן אין טראַנסקריפּציע עמרפ ווען די בוכשטאב ל' פעלט[6]. שנער איז למעשה די אלטע נאמען פון בבל, ווי עס ווייזט אויס פון מעשה דור הפלגה: ”וַיְהִי בְּנָסְעָם מִקֶּדֶם וַיִּמְצְאוּ בִקְעָה בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר וַיֵּשְׁבוּ שָׁם... עַל כֵּן קָרָא שְׁמָהּ בָּבֶל כִּי שָׁם בָּלַל ה' שְׂפַת כָּל הָאָרֶץ וּמִשָּׁם הֱפִיצָם ה' עַל פְּנֵי כָּל הָאָרֶץ” (בראשית פרק י"א, פסוקים ב'; ט') א זאך וואס שטימט מיט איינע פון די שאצונגען וואס נייגט צו אידענטיפיצירן אמרפל מיט דער בבלישער חמורבי, וואס איז אויך באקאנט ווי עמורפי. א אנדער שאצונג אידענטיפיצירט אים מיט אובל-פי-אל דער צווייטער קעניג פון אשנונה[7].
אין חז"ל
חז"ל אידענטיפיצירן אמרפל מיט נמרוד וואס ווערט אנגערופן אמרפל "שאמר פול לכבשן האש" (וואס האט געזאגט פאל אריין אין פייער) פאר אברהם אבינו[8].
יוסף בן מתתיהו אין זיין ספר "קדמוניות היהודים" באצייכנט, אז אמרפל איז געווען איינער פון די פיר מיליטער מיניסטערן פון די אשורים וועלכע האבן גערויבט סיריע און זענען אנגעקומען אין געגנט פון סדום, כדי מלחמה צו האלטן מיט די קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין אשור[9].
זעט אויך
דרויסנדע לינקס
- מי היה אמרפל מלך שנער? פון פורום "עצור, כאן חושבים"
- אמרפל אין דזשואיש ענציקלאפעדיע (ענגליש)
רעפערענצן
- ↑ ספורנו, בראשית יד, א
- ↑ גור אריה פון מהר"ל, בראשית יד,ה
- ↑ רד"ק, בראשית יד, ד
- ↑ פענח רזא און טור על התורה, בראשית יד,א
- ↑ העמק דבר, בראשית יד,א
- ↑ פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, ע"מ 103.
- ↑ Micael Roaf, Cambridge Atlas of Archaeology - king lists p.111 and pp.108-123.
- ↑ עירובין נג, א
- ↑ יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ירושלים, מוסד ביאליק, 2002, זייט 19.