אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים אליעזר אונגער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022

רבי חיים אליעזר אונגאר זצ"ל (ה'תרכ"הה'תר"ף), רב אין ראדליב.

אפשטאם

רבי חיים אליעזר איז געבוירן און יאר ה'תרכ"ה ( אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב יעקב יצחק אונגאר א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.

רבנות

פון יאר ה'תר"ן איז רבי חיים אליעזר געווען רב אין ראדליב, אין יאר איז ער אריבער וואוינען קיין ריישא, נאכהער האט ער זיך באזעצט אין ניימארקט.

הסתלקות

רבי חיים אליעזר איז נפטר געווארן אומגעפעהר אין יאר ה'תר"ף ער ליגט אין טארנא.

פאמיליע

רבי חיים אליעזר האט געהייראט מרת שפרינצא א טאכטער (פון ערשטען זיווג) פון הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ, און אן אייניקל פון הרב מאיר נתן האלבערשטאם. זייערע קינדער:

  • הרב מאיר אונגאר, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הרב יוסף יהודה אונגאר, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר