רוי:רבי חיים אליעזר אונגער
רבי חיים אליעזר אונגאר זצ"ל (ה'תרכ"ה – ה'תר"פ), רב אין ראדליב.
אפשטאם
רבי חיים אליעזר איז געבוירן און יאר ה'תרכ"ה ( אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב יעקב יצחק אונגאר א זון פון הרב רבי ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב רבי יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.
רבנות
פון יאר ה'תר"ן איז רבי חיים אליעזר געווען רב אין ראדליב, אין יאר איז ער אריבער וואוינען קיין ריישא, נאכהער האט ער זיך באזעצט אין ניימארקט.
הסתלקות
רבי חיים אליעזר איז נפטר געווארן אומגעפעהר אין יאר ה'תר"פ ער ליגט אין טארנא.
פאמיליע
רבי חיים אליעזר האט געהייראט מרת שפרינצא א טאכטער (פון ערשטען זיווג) פון הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ, און אן אייניקל פון הרב מאיר נתן האלבערשטאם. זייערע קינדער:
- הרב מאיר אונגאר, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- הרב יוסף יהודה אונגאר, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!