אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חומש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022

(אַרױסגערעדט: כוּמעש) מיט נאָמען חומש (פֿון װאָרט „חוֹמֶש“, א פֿינפטל) רופֿן מיר אָן די 5 ספֿרים פֿון דער תּוֹרה: בּרֵאשׁית, שׁמוֹת, ויִקרָא, בּמדבּר, דבָֿרים, װעלכע זענען געשריבן געװאָרן דורך משה רבנו.

אין די ספֿרי הנבֿיאים און כּתובֿים געפֿינען מיר דעם אױסדרוק „תּוֹרה משה“ און „ספֿר משה“ (יהושע ח’ און דבֿרי הימים ב’ כ”ה); אין דער גמרא מסכת מגילה ט”ו און אַנדערע ערטער װערן זײ אָנגערופן „חמשה חומשי תורה“; אין גיטין ס’ הײסן זײ „חומשים“. עס װערט געמאַכט אַן אונטערשײד אין דעם נאָמען: אױב זײ זענען געשריבן אױף פאַרמעט אַלץ ספֿר תורה הײסן זײ תורה, און אױב אײַנפֿאַך, נישט לױט די דינים פֿון שרײַבן אַ ספֿר תורה, הײסן זײ חומשים. אין גטין ס’ קלערט די גמרא „מהו לקרות בחומשים בבית הכנסת“ (צי מען טעג לײענען אין שול פֿון חומשים אַרױס); אין ירושלמי מגילה פרק ג’ געפֿינען מיר דײַטלעך די צװײ װערטער צוזאַמען „תורה וחומשים“; װעגן יעדן חומש געבן מיר בײַם זוכװאָרט פֿון זײַן נאָמען („בראשית“, „שמות“ און אַזױ װײַטער); װעגן די מײנונגען פֿון די ביבל–קריטיקער געבן מיר אין תנ”ך-קריטיק, װאוּ מיר געבן אױך די מײנונגען פֿון די געלערנטע, װעלכע טרעטן אַרױס קעגן דער תנ”ך–קריטיק. אין דער גמרא װערט אױך דער תהלים אײַנגעטײלט אין „חומשים“ (קידושין ל”ג „שני חומשין שניתי לו בספֿר תהלים“).

זעט אויך

לינקס

ספרים אין תנ"ך

תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים

נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי

כתובים: תהלים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב')