אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאמפיילער"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 15: | שורה 15: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מהדר]] | [[he:מהדר]] | ||
רעוויזיע פון 12:24, 24 אקטאבער 2023
קאָמפּיילער (אויך קאָמפּילאַטאָר) איז א קאמפיוטער פראגראם וואס זעצט איבער א געשריבענע פראגראם שפראך צו מאשינס שפראך. למשל א טעקע וואס איז געשריבן געווארן מיט דער שפראך C טוט דער קאמפיילער זי איבערזעצן אויף דער מאשינס שפראך און לינקט צוזאם אלע טעקעס מיט פארשיידענע פונקציעס צו א דורכפירדיקע טעקע (exe).
אין דער 'יוניקס' און 'לינוקס' אפערירן סיסטעם איז דער קאמפיילער שוין איינגעבויט און מען ברויכט אים ניט אינסטאלירן.
דיבאגינג (אויסגעפינען באגן)
אויב איז דא אין דער טעקע גרייזן, וועט דער קאמפיילער אויפמערקן גענוי וואו די גרייזן זענען, אבער דאס אליין איז נישט גענוג, און פראגראמיסטן ניצן זיך מיט נאך פארשיידענע ווערקצייגן וואס מען רופט דיבאגינג אויסצוגעפינען פעלערס און באגן אינעם פראגראם.
קאמפיילער פירמעס
היינט צוטאגס פארקויפן די גרויסע פירמעס פארטיקע פאקעטן וואס אנטהאלטן אלע וועגן צו פראגראמירן (א שרייב פראגראם, קאמפיילער, לינקער, דיבאגער). ווי למשל מייקראסאפט מיט איר Visual Studio פאקעט, בארלאנד מיט איר Turbo C++ פאקעט און GNU מיט איר Emacs פאקעט פאר א יוניקס אפערירן סיסטעם.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!