אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בערנארד מאנטגאמערי"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 39: | שורה 39: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ברנרד לו מונטגומרי]] | [[he:ברנרד לו מונטגומרי]] | ||
רעוויזיע פון 06:21, 24 אקטאבער 2023
בערנארד מאנטגאמערי (17טן נאוועמבער, 1887 - 24סטן מערץ, 1976) איז געווען א בארימטער בריטישער גענעראל ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, ווען ער האט ארויסגעשטויסן ערווין ראמעל פון אפריקע. און ער איז געווען קאמאנדיר פון די אליאירטע קרעפטן אין אייראפע.
געבורט
געבוירן געווארן דעם 17טן נאוועמבער 1887 אין לאנדאן, און זיין נאמען ביים געבוירן ווערן, איז בערנארד לא מאנטגאמערי.
ער האט געלערנט אין דער מיליטערישער שולע סענדהערסט, און אין 1908 איז ער מאביליזירט געווארן אין דער בריטישער ארמיי. ער איז געווען אין אינדיע, ביזן אויסבראך פון דער ערשטער וועלט מלחמה, ווי ער איז געשיקט געווארן צום פראנט אין פראנקרייך, א קויל האט אים געטראפן, און ער איז ערנסט פארווונדעט געווארן, נאכן זיך אויסקורירן איז ער צוריק צום פראנט, וואו ער איז געווען אן אפיציר, אינעם אויסשפיר אפטיילונג פונעם מיליטער, אין די יארן 1938-1939, האט מאנטגאמערי געדינט אלס קאמאנדיר פון די בריטישע קרעפטן אין ארץ ישראל.
צווייטע וועלט מלחמה
ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט ער קאמאנדירט די דריטע בריטישע דיוויזיע, אין פראנקרייך. ביזן גרויסן ריקצוג אין דונקירק. נאכדעם האט ווינסטאן טשערטשיל, אים געמאכט קאמאנדיר אויף דער אכטער בריטישער ארמיי, וואס האט זיך געפונען אין אפריקע, און האט זיך דעמאלט געשלאגן מיט די דייטשער און איטאליענישער ארמייען, ווי ער האט נאך פארשידענע קלוגע מאנוווערן, באוויזן צו באזיגן די נאציס, אין על אלאמיין, און זיי גענצליך ארויסשטויסן פון אפריקע.
נאכן ענדיגן אין אפריקע, איז ער געווען פאראנטווארטליך אויף די בריטישע קרעפטן, אויפן אטאקע אין סיציליע, צוזאמען מיט דזשארדזש פעטאן, דער הויפט גענעראל פונעם אפעראציע, איז געווען דווייט דעיוויד אייזנהאוער.
דער אטאקע אין נארמענדי
אין 1943 איז ער צוריק גערופן געוארן פון אקטיווע קעמפן, צו אויספלאנירן די אליאירטע אטאקע אויף נאצי דייטשלאנד, ער איז דעמאלט געווען קאמאנדיר פון די אליאירטע כוחות אין אייראפע, ביזן אנקום פון אייזענהאוער קיין פראנקרייך, נאכן אפענסיווע.
ער האט באפרייט אנטווערפן, און בריסל, אבער האט נישט פארארדענט די באפרייאונג, וואס וואלט געעפנט דעם פארט פאר שיפן צו אנקערן אין אנטווערפן.
ער האט פלאנירט דאס אייננעמען בריקן אויפן ריין (טייך), אין ארנהיים האלאנד, דורך פאל-שירעם טרופן, וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט א ביטערע דורכפאל, אפילו די זעלנער האבן באוויזן איינצונעמען דריי בריקן גאנצערהייט. און דערפאר האט אייזענהאוער, אפגעשטיפט זיינע פלענער.
ביים ארדענען קאנטער אטאקע פון די נאציס, האט ער אויסגערופן א שטורעם, ביים נעמען פולע קרעדיט פאר זיך, פארן באזיגן די דייטשן, וויבאלד ער איז נישט געווען דער איינציגער גענעראל, און אין צוגאב האט ער גאר געשטערט, צום פראגרעס פונעם קריג, דער דערקלערונג האט כמעט געברענגט, אז ער זאל אויפגעזאגט ווערן פונעם מיליטער, ער האט נאכן אייננעמען דייטשלאנד האט ער ערלעדיקט אן אונטערגעבן צערעמאניע, צו טשעפען מיט די אמעריקאנער ארמיי און מיטן הויפטגעעראל אייזענהאוער.
זייענדיג א עגאאיסט, האט ער קיינמאל נישט געוואלט צוריקציען פון זיינע טעותים, און קיינמאל נישט געגעבן קרעדיט פאר זיינע קאלעגן, וואס האט אים געמאכט פאר א פארפיינטער מענטש.
נאך דער מלחמה
נאך דער מלחמה איז ער געווארן קאמאנדיר פון דער בריטישער ארמיי אין אייראפע, וואס האט איינגענומען די פאשיסטישע מדינות.
ער איז געווארן וויצע גענעראל פונעם נאטא, ער איז געשטארבן 1976 דעם 24סטן מערץ, און ער איז באגראבן אין העמפשיר פראווינץ אין ענגלאנד.
זיין מיליטערישע טאקטיק
זיין מיליטערישע טאקטיק איז זייער באוואוסט געווארן, וואס אינדעם איז אריינגערעכנט טרענירונגען, און צוגרייטונגען צום קאמף, ווי אויך פאטענטן איבער צו קליגן דעם פיינט, די זעלנער זאל זיך פארלאזן אויפן קאמאנדיר, אא"וו זיין שיטה איז אדאפטירט געווארן דורך דער בריטישער ארמיי, וואס ווערט באנוצט ביז היינט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!