אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לשון סגי נהור"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק ((diffedit)) |
ק (דעסקריפציע) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=rhetorical device|העב=צורת שימוש בשפה שמתכוונת להפך ממה שנאמר|דייטש=rhetorische Ironiefigur|}} | |||
דער טערמין '''לָשון סַגי נָהור''' ווערט באנוצט ווען מ'וויל עפעס זאגן פארקערט, ד"ה מען וויל נישט אויסרעדן א שלעכט רייד רעדט מען אויס פארקערט אויף גוטס. | דער טערמין '''לָשון סַגי נָהור''' ווערט באנוצט ווען מ'וויל עפעס זאגן פארקערט, ד"ה מען וויל נישט אויסרעדן א שלעכט רייד רעדט מען אויס פארקערט אויף גוטס. | ||
שורה 21: | שורה 22: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 22:22, 23 אקטאבער 2023
דער טערמין לָשון סַגי נָהור ווערט באנוצט ווען מ'וויל עפעס זאגן פארקערט, ד"ה מען וויל נישט אויסרעדן א שלעכט רייד רעדט מען אויס פארקערט אויף גוטס.
ביישפילן
- קידושא רבא שבת אינדערפרי איז בלשון סגי נהור (ווייל ס'איז א קליינער קידוש, נאר די ברכה בורא פרי הגפן).
- בית החיים פאר א בית הקברות
- יענער איז א גרויסער חכם ווען מ'מיינט צו זאגן אז איז א שטאקיגער נער, וכדומה.
- אין ספר איוב: ואולם שלח נא ידך וגע בכל אשר לו, אם לא על פניך יברכך, ד"ה בענטשן, ווען עס מיינט אין אמת'ן שעלטן.
- "הלכות אבלות" ווערט אנגערופן "הלכות שמחות".
- פרשת מצורע ווערט אנגערופן פרשת טהרה.
מקור
דער מקור פונעם אויסדרוק איז סגי נהור, אן אראמיש ווארט וואס טייטש אסאך ליכטיגקייט. אין דער גמרא ווערט רב ששת גערופן א "סגי נהור". מען נוצט "סגי נהור" צו באצייכענען א בלינדן מענטש, וואס אנשטאט זאגן אז ער זעט בכלל נישט זאגט מען אן איידל לשון אז ער זעט שוין צו סאך.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!