אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לעמבערגער געטא"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:גטו לבוב) |
ק (דעסקריפציע) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=Nazi ghetto in occupied Lviv|דייטש=KZ Sammellager in Lwiw|}} | |||
די '''[[לעמבערג]]ער געטא''', דעמאלט אין [[פוילן]], היינט אין [[אוקראינע]], איז געווען די דריטע גרעסטע [[געטא]] אין פוילן נאך דער [[ווארשעווער געטא]] און דער [[לאדזשער געטא]]. עס האבן זיך געפונען אין אט דער געטא איבער הונדערט טויזנט [[איד]]ן. | די '''[[לעמבערג]]ער געטא''', דעמאלט אין [[פוילן]], היינט אין [[אוקראינע]], איז געווען די דריטע גרעסטע [[געטא]] אין פוילן נאך דער [[ווארשעווער געטא]] און דער [[לאדזשער געטא]]. עס האבן זיך געפונען אין אט דער געטא איבער הונדערט טויזנט [[איד]]ן. | ||
שורה 35: | שורה 36: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:גטו לבוב]] | [[he:גטו לבוב]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 22:22, 23 אקטאבער 2023
די לעמבערגער געטא, דעמאלט אין פוילן, היינט אין אוקראינע, איז געווען די דריטע גרעסטע געטא אין פוילן נאך דער ווארשעווער געטא און דער לאדזשער געטא. עס האבן זיך געפונען אין אט דער געטא איבער הונדערט טויזנט אידן.
היסטאריע
אין דער שטאט לעמבערג איידער דער צווייטער וועלט קריג, האבן געוואוינט ארום 110,000 אידן, זייענדיק א דריטל פון דער באפעלקערונג, ווען נאצי דייטשלאנד, האט אינוואדירט פוילן, האבן אסאך אידן אויסגעוואנדערט קיין לעמבערג, וואס האט זיך געפונען אונטער רוסישן קאנטראל, לויטן ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך.
די רוסן האבן פארטריבן אסאך פון די אידן אין טיפן רוסלאנד, וואו זיי זענען פארהאלטן געווארן ביז נאכן קריג. עס ווערט געשאצט, אז ווען דייטשלאנד האט אטאקירט דעם סאוועטן פארבאנד, האבן זיך געפונען נאך 100,000 פליטים וואס זענען נישט פארשריבן געווארן.
די מלחמה
אין אפעראציע בארבאראסע איז לעמבערג איינגענומען געווארן, און אוקראינעישע נאציאנאליסטן האבן אויפגענומען די נאציס מיט פרייד, זעענדיג אין זיי באפרייער פון דעם קאמוניזם. און זיי צוזאמען מיט די נאציס, האבן דורכגעפירט א פאגראם, וואו 4,000 אידן זענען אומגעקומען, אין יוני 1941. אין יולי איז פארגעקומען נאך א פאגראם, ווען 2,000 אידן זענען געהרגט געווארן דורך שיסן אין גרובער, אין דעם יידישן בית עלמין.
עס איז אויפגעשטעלט געווארן א יודנראט, מיט יוסף פראנס אלס דער הויפט, ער איז געהרגט געווארן קורץ דערויף, ווען ער האט זיך אנטזאגט ארויסצוגעבן אידן פאר צוואנגס ארבעט. אויפן 2טן אקטאבער 1941, זענען 500 אידן גענומען געווארן, אויפצושטעלן די יאנאווסקע לאגער.
די געטא
אויפן 8טן נאוועמבער, איז ארויס א באפעל, אז עס מוז אויפגעשטעלט ווערן א יידישע געטא, ביזן 14טן דעצעמבער. אין יענע צייט האט די עס.עס. אויסגעהרגט 5,000 עלטערע און קראנקע אידן, אין דעצעמבער איז אויפגעשטעלט געווארן די געטא, און עס האבן געוואוינט דערין 120,000 אידן.
צווישן 16טן מערץ און 1טן אפריל, זענען 15,000 אידן פארשיקט געווארן קיין בעלזשעץ, וואו זיי זענען פארגאזט געווארן. שפעטער יענע יאר זענען אויפגעשטעלט געווארן ארבעטס ערטער אין דער געטא. 24סטן יוני יענע יאר זענען 2,000 אידן גענומען געווארן אויף צוואנגס ארבעט, רוב זענען געשאסן געווארן אויפן פלאץ.
אין חודש אויגוסט 1942, איז פארגעקומען די גרויסע אקציע, ווען ארום 50,000 מענטשן זענען פארשיקט געווארן קיין בעלזשעץ, דער הויפט פון דער יודענראט הענעריק לאנדעסבערג, איז געהאנגען געווארן קורץ דערויף.
נאך אלע פארשיקונגען, זענען פארבליבן אין דער געטא ארום 65,000 מענטשן. אריינגערעכנט "אומלעגאלע איינוואוינער", די געטא איז קלענער געווארן צו האלב, און עס איז זייער שווער געווען זיך ארום צו דרייען אינעם שטח פון דער געטא, וויבאלד עס איז געווען שווער באוואכט.
דעם 18טן נאוועמבער, איז פארגעקומען נאך א פארשיקונג, ווען 5,000 אידן זענען אומגעקומען אין בעלזשעץ. און אין נאך אן אקציע אין יאנואר 1943, זענען נאך בערך 15,000 אידן געשאסן געווארן אין דער אומגעגנט, צוזאמען מיט די יודנראט באאמטע.
דער סוף פון געטא
אויפן ערשטן יוני 1943, איז באשלאסן געווארן די אויפלייזונג פונעם געטא. אוקראינישע גויים אינאיינעם מיט היטלעריוגענד, האבן אויפגעזוכט די לעצט פארבליבענע אידן. צווישן די אידן איז געווען אן ארגאניזירטע אויפשטאנד, וואס האבן אפגעטון פארלוסטן צום פיינט. די עס עס האבן אויפגעריסן געביידעס, כדי צו אומצוברענגען אידן, 3,000 אידן זענען אומגעקומען אין דער געטא. נאך 7,000 זענען פארשיקט געווארן צו יאנאווסקא ארבעטס לאגער, סמערהייט זענען געשאסן געווארן אויפן פלאץ, עס איז מעגליך אז א טייל פון די איבערגעבליבענע וואס די נאציס האבן געפונען, זענען אפגעשיקט געווארן קיין סאביבאר.
די באפרייאונג
ווען די סאוועטישע ארמיי איז אריין אין לעמבערג, 26סטן יולי 1944, האבן זיך נאר צווישן 200 און 300 אידן געפונען אין דער געגנט, וואס האבן זיך אויסבאהאלטן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!