אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאראס"
ק (החלפת טקסט – "ניו יורק" ב־"ניו יארק") |
ק (דעסקריפציע: דארף אין אונגארן) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|דארף אין אונגארן}} | |||
{{יישוב | {{יישוב | ||
|נאמען= קאראס | |נאמען= קאראס | ||
שורה 58: | שורה 59: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:נירקאראס]] | [[he:נירקאראס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 02:49, 20 אקטאבער 2023
|
קאראס אדער ניר-קאראס (אונגעריש: Nyírkarász אדער Karász) איז א דארף אין סאבאלטש-סאטמאר-בערעג ראיאן, אונגארן, 13 ק"מ דרום פון קליינווארדיין און 33 ק"מ צפון־מערב פון נירעדהאז. דאס דארף האט א באפעלקערונג פון 2,297 (לויטן צענזוס פון 2011).
אידן האבן זיך באזעצט אין קאראס אין די אנפאנג דעם 18טן יארהונדערט. עס איז געווען א שול, תלמוד תורה און א חדר. די געמיינדע האט געהאט א רב, שוחט, מלמד און שמש. אין 1880 זענען געווען 220 אידן אין קאראס.[1] רבי משה אברהם אייזענבערגער איז געווען רב און א מורה הוראה אין קאראס, צווישן 1850 און 1890.[2] אין די יארן פאר דעם צווייטן וועלט קריג, איז געווען רבי משה נחמיה ליפשיץ דער שוחט ומו"ץ אין קאראס.[3] אין 1930 זענען געווען 164 אידן אין דער קהילה.[1]
דרויסנדע לינקס
- נ'ירקאראס NYIRKARASZ, אויף דעם וועבזייטל פון "בית התפוצות" (יידישע לעבן אין קאראס).
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 "קאראס", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- ↑ זעט: ספר עין הבדולח: חידושים על סוגיות הש"ס, ניו יארק: הרב זכריהו עלעפאנט, תש"ד, בלאט 4: "...בת אבי זקני הרב משה אברהם אייזענבערגער זצ"ל, שהיה דודו... והיה מתלמידי מרן הגאון חתם סופר, ומורה הוראה בעדתו עיר קאראס ארבעים שנה והיה יושב אהלים באהלה של תורה ולא מש התורה מפיו יומם ולילה...".
- ↑ זעט זיין ספר שערי אברהם, תרצ"ו. און זעט: יצחק יוסף כהן, חכמי הונגריה, ירושלים: מפעל מורשת יהדות הונגריה, מכון ירושלים, 1996, עמ' 526: "בישוב ניר־קאראס שליד קליינווארדיין שימש כשוחט ומו"ץ ר' משה נחמיה ב"ר אברהם ליפשיץ... נספה כנראה בשואה".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!