אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תנ"ך פערזענליכקייט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(געשאַפן בלאַט מיט ''''תנ"ך פערזענליכקייט''' (צומאל ווערט דאס אנגערופן אויך '''תנ"ך שישקע''') איז א פערזענליכקייט וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך. צווישן די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך זענען פארהאן אזעלכע וואס זייער לעבנס געשיכטע ווערט געשילדערט זייער דעטאלירט אין...')
 
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט תנ"ך פערזענליכקייט צו דרעפט:תנ"ך פערזענליכקייט אן לאזן א ווייטערפירונג)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:53, 19 אקטאבער 2023

תנ"ך פערזענליכקייט (צומאל ווערט דאס אנגערופן אויך תנ"ך שישקע) איז א פערזענליכקייט וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך. צווישן די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך זענען פארהאן אזעלכע וואס זייער לעבנס געשיכטע ווערט געשילדערט זייער דעטאלירט אין תנ"ך, קעגן אנדערע וואס ווערן דעמאנט מיט אן איינצעלנע דערמאנונג, צומאל צוזאמען מיטן שילדערן זייער ראלע אדער וואוינארט. צומאל איז זייער נאמען די איינציגסטע אינפארמאציע וואס ערשיינט וועגן זיי אין תנ"ך .

טייל פון די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך ערשיינען ווי אנאנימע כאראקטערן, ווי דער מקושש. טייל פון זיי ווערן דעמאנט נאר דורך זייער ראלע ווי פרעה אדער זייער וואוינארט ווי האשה השונמית אדער האשה הצרפית, אנדערע ווערן דערמאנט צוזאמען מיט א לאנגע משפּחה געשיכטע ווי בן האשה הישראלית[1]. אין פאל פון טייל פערזענליכקייטן וואס זייער נאמען איז געבליבן אנאנים אין תנ"ך האבן חז"ל איבערגעגעבן זייער נאמען, אויף טייל פון זיי האבן חז"ל איבערגעגעבן נאך אידענטיפיקאציע דעטאלן אדער נאך שילדערונגען פון זייער לעבן וואס ערשיינען נישט אין תנ"ך. נאך דעטאלן אויף פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך ערשיינען צומאל אויך אין אנדערע דרויסנדע קוועלער, ווי ביי די ביכער פון יוסף בן מתתיהו אדער אנדערע שרייבער פון די צייטן פון צווייטן בית המקדש.

אין תנ"ך, וואס איז געשריבן געווארן אין א צייט פון ארום טויזנט יאר, (צווישן ב'תמ"ח און ביז ענדע פון די צייט פון אנשי כנסת הגדולה צווישן ג'ת' און ג'ת"ק) ווערן געשילדערט פערזענליכקייטן פון אדם הראשון, חוה און זייערע אפשטאמיגע ביז די צייט פון זיך צוריקערן קיין ציון נאך גלות בבל. טייל פון די שילדערונגען זענען געשריבן געווארן דורך נביאים פון די צייט וואס אין זיי איז געשען די אפגעשריבענע געשעענישן, און טייל זענען געשריבן געווארן אסאך יארן נאך די געשעענישן.  

טייל פון די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך האבן געלעבט אויך נאכן ענדיגן שרייבן דעם תנ"ך, לויט געוויסע מיינונגען האט מרדכי היהודי געלעבט הונדערטער יארן נאכן ענדיגן שרייבן דעם תנ"ך. אנדערע פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך זענען נישט געשטארבן.

לויט א דעה וואס ווערט דערמאנט אין תלמוד[2] ערשיינט אין תנ"ך אויך א פערזענליכקייט וואס איז נישט מער ווי א ליטערארישע כאראקטער - איוב. אין תנ"ך ווערן אויך דערמאנט מלאכים ווי מיכאל און גבריאל, זייער נאמען ווערט דערמאנט נאר אין ספר דניאל, אבער לויט חז"ל ווערן זיי שוין דערמאנט אנאנימיש אפאר מאל אין תורה[3] און אין אנדערע ספרים פון נביאים [4].

טייל פון די פערזענליכקייטן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך זענען געווען נביאים, וואס צו זיי זענען געזאגט געווארן דורך גאט די נבואות וואס זענען געשריבן געווארן אין תנ"ך, צווישן זיי פראמינענט משה רבינו דער גרעסטער נביא, וואס האט אויך געשריבן די שילדערונג פון זיין לעבן פון גאטס מױל.


רעפערענצן

  1. ויקרא כד, י–כג
  2. בבא בתרא טו, ב
  3. צום ביישפיל די דריי מלאכים אין אברהם'ס הויז
  4. דער מענטש אנגעטאן אין ליינען אין יחזקאל ט, ב