אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעלה תחנוננו"
(געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> {{חלונית | ניקוד = כן | כותרת = פיוט יעלה תחנוננו (כמנהג פולין) | תוכן = <poem>יַעֲלֶה '''תַ'''חֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא '''שַׁ'''וְעָתֵנוּ מִבֹּקֶר וְיֵרָאֶה '''רִ'''נּוּנֵנוּ עַד עָרֶב יַעֲלֶה '''ק'''וֹלֵנוּ מֵעֶרֶב וְ...') |
(החלפות ([[קאטעגאריע)) |
||
שורה 76: | שורה 76: | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
[[ | [[:קאטעגאריע:פיוטי יום הכיפורים]] | ||
[[ | [[:קאטעגאריע:יצירות עם אקרוסטיכון]] | ||
[[ | [[:קאטעגאריע:יצירות שמחברן אינו ידוע]] | ||
{{וח}} | {{וח}} | ||
רעוויזיע פון 21:15, 23 סעפטעמבער 2023
פיוט יעלה תחנוננו (כמנהג פולין)
|
---|
יַעֲלֶה תַחֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא שַׁוְעָתֵנוּ מִבֹּקֶר |
יַעֲלֶה תַחֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב – איז א פיוט אויף יום כיפור וואס ווערט געזאגט ביי די אשכנזישע קהילות איו ראם פון די תפילות וואס ווערן געזאגט נאך שטילע שמונה עשרה פון מעריב. דער פיוט ווערט געזאגט באלד נאכן שמונה עשרה פון מעריב, און ער איז פאקטיש א אריינפיר צו די סעריע פיוטים און סליחות פון די טייל ביים דאווענען.
דער פיוט איז געשריבן געווארן אין דער מיטל-אלטער אין אשכנז (דייטשלאנד) און זיין מחבר איז נישט באוואוסט. ער ווערט שוין דערמאנט אין ספר המרדכי אינעם 13'טע יארהונדערט. עס זענען פארהאן קליינע אינטערשיידן צווישן דער נוסח לויט מנהג אשכנז און צווישן מנהג פולין, און קליינע טוישונגען אין די פארשידענע האנט שריפטן.[1]
געבוי פון פיוט
אין יעדע פאל איז דא דריי טיילן:
- יעלה (טוישט זיך) מערב
- ויבוא (טוישט זיך) מבקר
- ויראה (טוישט זיך) עד ערב
אין די ווערטער וואס טוישן זיך געפינען זיך ווערטער וואס געווענליך ברענגען זיי ארויס א געבעט אדער א תפילה, מיט א שילדערונג פון אפאר רעדענער (אונז). און די כוונה איז אז די תפילה-געבעט-געשריי פונעם גאנצן קהל זאל ארויפגיין פאר גאט פון ערב יום כיפור, דורכאויס דעם טאג, און ביז'ן ענדע פון טאג מארגן ביי אוונט.
די קלימאקס איז ביי די לעצטע שורה: "וְיֵרָאֶה אֵלֵינוּ עַד עָרֶב". נישט אז דער געבעט זאל ווערן "געזען-יֵרָאֶה", נאר גאט אליין.
די סדר פון די ווערטער איז א אַקראָסטיק פון פארקערטע א"ב (תשר"ק). כדי צו פארענדיגן די פיוט אינגאנצן, באשטייט דער לעצטער פאל פון דריי ווערטער וואס פאנגען זיך אן מיטן אות א'. אזוי איז פארהאן אין פיוט 24 שורות אין 8 פעלער.
באיינפלוס אין קולטור
באזירט אויף די ווערטער פונעם פיוט האט אהוד מנור געשריבן איינע פון די פעלער ביי די ליד ללכת שבי אחרייך וואס איז באוואוסט א דאנק זיין דורכפירן דורך אילנית
עם ערב הד קולנו יעלה,
מבוקר יום אלינו הוא יבוא
ופדיוננו יראה עד בוא ערבו,
מתי סוכת שלומך עלינו תיגלה.
— ללכת שבי אחרייך, אהוד מנור
געזאנג
צוזאמען מיטן פיוט כי הנה כחומר איז דער פיוט די "מוזיקאלישע" טייל פונעם דאווענען יום כיפור ביי אוונט ביי קהילות אשכנז. צום פיוט זענען באהפטן געווארן אסאך ניגונים, פון די אשכנזישע קלאסישע חזנות וועלט, דורך די רבישע הויפן, ביז מאדערנע ניגונים.
קישורים חיצוניים
- אויפן פיוט זיין טייטש און זיינע געזאנגען אין וועבזייטל הפיוט והתפילה פון הספרייה הלאומית
- די פיוט אין וועבזייטל הזמנה לפיוט
- די פיוט אין וועבזייטל זמרשת ובביצוע חוג זמר גורדון
ביצועים של הפיוט
- יעלה תחנוננו אין דער פארשטעלונג פון יונתן רזאל
- יעלה תחנוננו מיט די ניגון פון שלום חריטונוב אין דער פארשטעלונג פון יאיר כלב
- יעלה תחנוננו לויט די געזאנג פון די ליד "יש לך אותי" אין די קאמפאזיציע פון אביתר בנאי אין דער פארשטעלונג פון תלמידי מדרשת עין פרת
רעפערענצן
- ↑ ראה דניאל גאלדשמידט, מחזור לימים הנוראים - יום כיפור, הוצאת קורן, ירושלים, תש"ל, עמ' 10-11
קאטעגאריע:פיוטי יום הכיפורים קאטעגאריע:יצירות עם אקרוסטיכון קאטעגאריע:יצירות שמחברן אינו ידוע
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער