אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תשליך"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
ק (ט"ס (diffedit))
שורה 2: שורה 2:
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה -->
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה -->
[[טעקע:Aleksander Gierymski, Święto Trąbek I.jpg|270px|ממוזער|אידן ביי תשליך אום [[ראש השנה]]. א מאלעריי פון [[אלעקסאנדער גיירימסקי]]]]
[[טעקע:Aleksander Gierymski, Święto Trąbek I.jpg|270px|ממוזער|אידן ביי תשליך אום [[ראש השנה]]. א מאלעריי פון [[אלעקסאנדער גיירימסקי]]]]
'''תשליך''' איז א מנהג אין [[ראש השנה]] צו גיין נעבן א טייך און זאגן א תפילה וואו מען דריקט אויס ווילן צו אוועקווארפן אלע חטאים אלס חלק פון [[תשובה]] טון. דער מנהג איז צו טון תשליך דעם ערשטן טאג ראש השנה און אויך אויסשאקלען די קליידער כדי צו סימבאליש אריינווארפן די [[עבירות]] אין וואסער. דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין [[אשכנז]] אין די [[ה'ק' יארן]]. עס זענען פארהאן וואס זענען מסמיך דעם מנהיג צו די ווערטער פון [[מיכה]]: {{ציטוטון|וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם}}{{הערה|{{תנ"ך|מיכה|ז|יט}}}}.
'''תשליך''' איז א מנהג אין [[ראש השנה]] צו גיין נעבן א טייך און זאגן א תפילה וואו מען דריקט אויס ווילן צו אוועקווארפן אלע חטאים אלס חלק פון [[תשובה]] טון. דער מנהג איז צו טון תשליך דעם ערשטן טאג ראש השנה און אויך אויסשאקלען די קליידער כדי צו סימבאליש אריינווארפן די [[עבירות]] אין וואסער. דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין [[אשכנז]] אין די [[ה'ק' יארן]]. עס זענען פארהאן וואס זענען מסמיך דעם מנהג צו די ווערטער פון [[מיכה]]: {{ציטוטון|וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם}}{{הערה|{{תנ"ך|מיכה|ז|יט}}}}.

==מקור==
==מקור==
שורה 19: שורה 19:
דעם ערשטן טאג פון [[ראש השנה]] נאך [[מנחה]] (און אויב דער ערשטן טאג קומט אויס אום שבת גייט מען ביים צווייטן טאג) גייט מען צום ים אדער צו א טייך, עס איז בעסער ביי א פלאץ וואס איז דא פיש, און מען זאגט א ספעציעלע תפילה וואס הייסט תשליך, וואס דאס איז א בקשה צו אריין ווארפן די עבירות אין די וואסער, לויט דער פסוק {{הדגשה|...וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם|{{תנ"ך|מיכה|ז|יט}}}}. אין א טייל פון די ספרדים רופט מען אן די תפילה '''ו'''תשליך און נישט תשליך לויט דער לשון פון דער נביא. עס איז אנגענומען צו אויסשאקלען די קליידער אויף א סימן כאילו מען ווארפט אראפ די עבירות.

=== פלאץ ===
=== פלאץ ===
מען גייט צו א פלאץ וואס עס איז דא דארטן פיש. די פישן ווייזן אויף ברכה ווייל [[עין הרע]] איז נישט שולט אויף זיי, און 'שיפרו וירבו כדגים'. אין [[ספר חמדת הימים]] ווערט דערמאנט נאך א סיבה, ווייל דעם ערשטן טאג ראש השנה איז דינא קשיא, דעריבער גייט מען צום וואסער וואס ווייזט אויף חסדים צו ממתיק זיין צו דינא רפיא{{הערה|חמדת הימים, פרק ז}}. עס זענען דא וואס געבן אן דעם טעם אז אזוי ווי דער פיש ווערט גע'משפט דורך דעם פישער ווערן די אידן גע'משפט דורך דעם אויבערשטן{{מקור}}.

ביי א פלאץ וואס איז נישט דא אטייך אדער א קוואל וואסער האט מען געמאכט אן עקסטערן בון אין חצר פון שול, אדער האט מען ארוף צום אן הויכן פלאץ וואס פון דארטן זעט מען וואסער, אדער האט מען געעפנט דעם קראן וואסער און דארט געזאגט תשליך. אין [[כורדיסטן]] האט מען זיך געפירט צו אריין טאנצן אין די וואסער מיט די קליידער נאכן זאגן תשליך, אדער שטיין אויף רפסודות{{הבהרה}} אין טייך [[חבור]].

=== צייט ===
=== צייט ===
אויב דער ערשטער טאג פון ראש השנה קומט אויס אום שבת, איז איינגעפירט ביי די אשכנזים און ביי די אידן פון אטליה{{הערה|שם=רומא}} און אויך ביי א טייל פון די ספרדים צו אפשטופן די תשליך צום צוויטן טאג וויל עס איז דא חשש אז מען וועט מטלטל זיין די מחזורים אינדרויסן פון [[עירוב]]. אבער רוב ספרדים זאגן אויך ביי אזא יאר ביים ערשטן טאג. ביי די חסידישע איז דא וואס זאגן תשליך ביי [[עשרת ימי תשובה]] צווישן [[ראש השנה]] מיט יום כיפור.

רעוויזיע פון 12:19, 21 סעפטעמבער 2023

אידן ביי תשליך אום ראש השנה. א מאלעריי פון אלעקסאנדער גיירימסקי

תשליך איז א מנהג אין ראש השנה צו גיין נעבן א טייך און זאגן א תפילה וואו מען דריקט אויס ווילן צו אוועקווארפן אלע חטאים אלס חלק פון תשובה טון. דער מנהג איז צו טון תשליך דעם ערשטן טאג ראש השנה און אויך אויסשאקלען די קליידער כדי צו סימבאליש אריינווארפן די עבירות אין וואסער. דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז אין די ה'ק' יארן. עס זענען פארהאן וואס זענען מסמיך דעם מנהג צו די ווערטער פון מיכה: ”וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם”[1].

מקור

דער מנהג פון תשליך ווערט נישט געברענגט אין די מקורות פריער ווי די שפעטע ה'ק' יארן. אין 2טער י"ה האט טערטוליאן באצייכנט אז די אידן פירן זיך אפצורעכטן א תפילה בציבור ביים בארטן אין יום כיפור, וואס מען קען דערין זען אן ענליכער מנהג. טייל פארשער האבן עס פארבינדן מיט די מצוה פון שעיר לעזאזל, אן אנדערע סימבאלישע אקט פון פארשיקן די עבירות[2].

אין די צייטן פון די גאונים איז געווען א מנהג וואס דערמאנט א צוזאמענשטעל פון תשליך מיט כפרות: ערב ראש השנה האט מען גענומען א געוויקס און עס געדרייט העכער דעם קאפ, און דערנאך האט מען עס אריין געווארפן אין א טייך.

...בתשובת הגאונים מצאתי שעושין חותלות מכפות תמרים וממלאין אותם עפר וזבל בהמה. ועשרים ושנים או חמישה עשר יום לפני ראש השנה, עושין כל אחד ואחד לשם כל קטן וקטנה שבבית. וזורעים לתוכן פול המצרי או קיטנית וקורין לו פורפיסא וצומח. ובערב ראש השנה נוטל כל אחד שלו ומחזירו סביבות ראשו שבע פעמים ואומר "זה תחת זה, וזה חליפתי, וזה תמורתי" ומשליכו לנהר.

דער היינטיגער מנהג פון תשליך האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז, ווארשיינליך אין די ה'ק' יארן. טייל פארשער שפעקולירן אז דער מנהג איז געשאפן געווארן אין איינפלוס פון א ענליכע צערעמאניע וואס איז געווען איינגעפירט ביי די קריסטן פון קעלן אין 14'טער יארהונדערט[3]. דער מנהג ווערט נישט דערמאנט אין די ראשונים, חוץ פון דער ספר המנהגים פון רבי יצחק אייזיק פון טירנא און דער מהרי"ל:

מה שנוהגים לילך בראש השנה אחר הסעודה אצל ימים ונהרות, להשליך במצולות ים כל חטאותינו, משום דאיתא במדרש זכר לעקידה שעבר אברהם אבינו בנהר עד צוארו ואמר "הושיעה ה' כי באו מים עד נפש" והוא השטן שנעשה כמו נהר לעכב אותו מן העקידה[4].

מהרי"ל, הלכות ראש השנה ס"ט

דער מנהג איז נישט געברענגט געווארן אין שלחן ערוך, און ווי אנדערע מנהגי אשכנז איז עס צוגעלייגט געווארן דורך דער רמ"א[5]. אין די שפעטע ה'ש' יארן האט זיך דער מנהג אנגעהויבן אויסשפרייטן אויך ביי די ספרדים, מיט די השפעה פון רבי חיים וויטאל וואס האט אויסגעלויבט דעם מנהג[6]. אין די פארטוגעזישע שוהל פון אמסטערדאם, וואס מען האט אנגעהויבן בויען אין יאר ה'תל"א, געפינט זיך א וואסער גרוב, וואס איז באנוצט געווארן פאר תשליך. טייל דרינגען אויף דערפון אז דער מנהג איז שוין דאן געווען פארשפרייט צווישן די ספרדים, אבער אנדערע שלאגן אפ אז דער גרוב איז אריגינעל געבויט געווארן בלויז פאר שיינקייט.

אויך ביי די אידן פון איטאליע איז געווארן אנגענומען דער מנהג[7].

אקט

דעם ערשטן טאג פון ראש השנה נאך מנחה (און אויב דער ערשטן טאג קומט אויס אום שבת גייט מען ביים צווייטן טאג) גייט מען צום ים אדער צו א טייך, עס איז בעסער ביי א פלאץ וואס איז דא פיש, און מען זאגט א ספעציעלע תפילה וואס הייסט תשליך, וואס דאס איז א בקשה צו אריין ווארפן די עבירות אין די וואסער, לויט דער פסוק ”...וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם” (מיכה ז, יט). אין א טייל פון די ספרדים רופט מען אן די תפילה ותשליך און נישט תשליך לויט דער לשון פון דער נביא. עס איז אנגענומען צו אויסשאקלען די קליידער אויף א סימן כאילו מען ווארפט אראפ די עבירות.

 פלאץ 

מען גייט צו א פלאץ וואס עס איז דא דארטן פיש. די פישן ווייזן אויף ברכה ווייל עין הרע איז נישט שולט אויף זיי, און 'שיפרו וירבו כדגים'. אין ספר חמדת הימים ווערט דערמאנט נאך א סיבה, ווייל דעם ערשטן טאג ראש השנה איז דינא קשיא, דעריבער גייט מען צום וואסער וואס ווייזט אויף חסדים צו ממתיק זיין צו דינא רפיא[8]. עס זענען דא וואס געבן אן דעם טעם אז אזוי ווי דער פיש ווערט גע'משפט דורך דעם פישער ווערן די אידן גע'משפט דורך דעם אויבערשטן[מקור פארלאנגט].

ביי א פלאץ וואס איז נישט דא אטייך אדער א קוואל וואסער האט מען געמאכט אן עקסטערן בון אין חצר פון שול, אדער האט מען ארוף צום אן הויכן פלאץ וואס פון דארטן זעט מען וואסער, אדער האט מען געעפנט דעם קראן וואסער און דארט געזאגט תשליך. אין כורדיסטן האט מען זיך געפירט צו אריין טאנצן אין די וואסער מיט די קליידער נאכן זאגן תשליך, אדער שטיין אויף רפסודות[אויסקלארונג פארלאנגט] אין טייך חבור.

 צייט 

אויב דער ערשטער טאג פון ראש השנה קומט אויס אום שבת, איז איינגעפירט ביי די אשכנזים און ביי די אידן פון אטליה[7] און אויך ביי א טייל פון די ספרדים צו אפשטופן די תשליך צום צוויטן טאג וויל עס איז דא חשש אז מען וועט מטלטל זיין די מחזורים אינדרויסן פון עירוב. אבער רוב ספרדים זאגן אויך ביי אזא יאר ביים ערשטן טאג. ביי די חסידישע איז דא וואס זאגן תשליך ביי עשרת ימי תשובה צווישן ראש השנה מיט יום כיפור.

תפילה

די תפילה איז גענומען פון די ענדע פון ספר מיכה (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

'אן: כן' אינו ערך חוקי
מיכה ז, יח–כ').

מִי-אֵל כָּמוֹךָ נֹשֵׂא עָו‍ֹן וְעֹבֵר עַל-פֶּשַׁע לִשְׁאֵרִית נַחֲלָתוֹ לֹא-הֶחֱזִיק לָעַד אַפּוֹ כִּי-חָפֵץ חֶסֶד הוּא. / יָשׁוּב יְרַחֲמֵנוּ יִכְבֹּשׁ עֲו‍ֹנֹתֵינוּ וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם. / תִּתֵּן אֱמֶת לְיַעֲקֹב חֶסֶד לְאַבְרָהָם אֲשֶׁר-נִשְׁבַּעְתָּ לַאֲבֹתֵינוּ מִימֵי קֶדֶם.

די מתנגדים צום מנהג

אין א קליין חלק פון די ספרדים איז נישט געווארן אנגענומען דער מנהג, ווי אויך רוב אידן פון תימן. דער גאון האט נישט געגאנגען צו א טייך צו זאגן תשליך[9], און אזוי פירן זיך די פרושים אין ירושלים[10]. אויך דער ערוך השולחן שרייבט אז בעסער זאל מען נישט מאכן דער מנהג[11], און אויך רבי אליהו מקאליש און דער אדר"ת[12] און נאך אנדערע.

דרויסנדע לינקס

  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אנצ יהודית

    פאראמעטער [ מחבר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    "Tashlik", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)

רעפערענצן

  1. מיכה ז, יט
  2. מאיר י. פרת, מקורו של סדר תשליך, למרחב, סעפטעמבער 25, 1957
  3. דניאל שפרבר, מנהגי ישראל, ג. זעט דא
  4. אנדערע טעמים ווערן געברענגט אין לבוש און אין מגן אברהם, אורח חיים, סימן תקפ"ג
  5. רמ"א, אורח חיים, סימן תקפ"ג, סעיף ב'
  6. שער הכוונות, הקדמה לדרושי ראש השנה
  7. 7.0 7.1 הלל משה סרמוניטה און אנג'לו מרדכי פיאטילי, מחזור לראש השנה כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' 175. עס ווערט דארט אבער באצייכנט אז אין די אלטע מחזורים פון דעם נוסח איז עס נישט פארהאן.
  8. חמדת הימים, פרק ז
  9. ספר מעשה רב, סעיף ר"ט.
  10. ראו בלוח לארץ ישראל.
  11. ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תקפ"ג, סעיף ד'
  12. אין זיין ספר 'תפילת דוד' "ובאמת ראוי הדבר בדור הזה לבטל אותו המנהג, ובפרט בעיירות הגדולות, וביותר מפני שנדפסו תחינות לנשים, ועמי הארצות כהנשים מאריכין הרבה, והם לשחוק ולצנינים בעיני העמים". און זעט דארטן נאך.