אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלומיאל בן צורישדי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אינערליכע לינקס)
(פארראכטן פּאראמעטער)
שורה 3: שורה 3:
| אב = צורישדי
| אב = צורישדי
| תקופה = יציאת מצרים, דור המדבר
| תקופה = יציאת מצרים, דור המדבר
| בתנ"ך = {{תנ"ך|במדבר|א|ו}}; {{תנ"ך|במדבר|ב|יב|ללא=ספר}}; {{תנ"ך|במדבר|ז|לו|ללא=ספר}}; {{תנ"ך|במדבר|י|יט|ללא=ספר}}
| בתנ"ך = {{תנ"ך|במדבר|א|ו}}; {{תנ"ך|במדבר|ב|יב|אן=ספר}}; {{תנ"ך|במדבר|ז|לו|אן=ספר}}; {{תנ"ך|במדבר|י|יט|אן=ספר}}
}}
}}
'''שְׁלוּמִיאֵל בֶּן צוּרִישַׁדָּי''' איז געווען דער [[נשיא]] פון [[שבט שמעון]], אין די צייט פון נאך [[יציאת מצרים]].
'''שְׁלוּמִיאֵל בֶּן צוּרִישַׁדָּי''' איז געווען דער [[נשיא]] פון [[שבט שמעון]], אין די צייט פון נאך [[יציאת מצרים]].
שורה 16: שורה 16:
=== זמרי בן סלוא ===
=== זמרי בן סלוא ===
{{הויפט ארטיקל|זמרי בן סלוא}}
{{הויפט ארטיקל|זמרי בן סלוא}}
לויט ווי געברענגט אין גמרא אין נאמען פון [[רבי יוחנן]], איז שלומיאל בן צורישדי דער זעלבער פערזאן וועלכער ווערט דערמאנט שפעטער אין די תורה אלס [[זמרי בן סלוא]]{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|פב|א|ללא=שם}}. אזוי שטייט אויך אין [[מדרש תנחומא]], פרשת פנחס}}. אין {{תנ"ך|במדבר|כה}} ווערט פארציילט אז זמרי בן סלוא האט [[בועל ארמית|געזינדיגט]] מיט [[כזבי בת צור]], און [[פינחס]] האט אים אומגעברענגט. דער [[רבי יעקב בן אשר|בעל הטורים]] ברענגט א [[רמז]]: {{ציטוטון|שלומיאל. בגימטריא 'זה זמרי בן סלוא'}}.
לויט ווי געברענגט אין גמרא אין נאמען פון [[רבי יוחנן]], איז שלומיאל בן צורישדי דער זעלבער פערזאן וועלכער ווערט דערמאנט שפעטער אין די תורה אלס [[זמרי בן סלוא]]{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|פב|א}}. אזוי שטייט אויך אין [[מדרש תנחומא]], פרשת פנחס}}. אין {{תנ"ך|במדבר|כה}} ווערט פארציילט אז זמרי בן סלוא האט [[בועל ארמית|געזינדיגט]] מיט [[כזבי בת צור]], און [[פינחס]] האט אים אומגעברענגט. דער [[רבי יעקב בן אשר|בעל הטורים]] ברענגט א [[רמז]]: {{ציטוטון|שלומיאל. בגימטריא 'זה זמרי בן סלוא'}}.


לויט אנדערע מקורות אין חז"ל, איז זמרי געווען אן אפשטאמיגער פון שלומיאל{{הערה|{{מדרש אגדה|במדבר|א|ו}}|שם=אגדה}}{{הערה|דער [[גר"א]], אין אדרת אליהו אויף {{תנ"ך|דברים|כט|יז}}, ערקלערט אזוי אויך די רייד פון רבי יוחנן אויבן: "וח"ו שזמרי יהיה נשמה אחד עם שלמיאל הצדיק בחיר ישראל, והוא על דרך גנאי לו ולמשפחתו ולשבטו". זעט באריכות אן ענליכן הסבר אין דובר ישרים אויף במדבר כה, יד}}. טייל מפרשים לערנען אז אנדערש ווי שלומיאל, וועלכער איז געווען דער נשיא פון גאנץ שבט שמעון, האט זמרי בלויז געפירט איין בית אב{{הערה|[[רש"י]] און {{תנ"ך|במדבר|כה|טו|מפרש=אבן עזרא}}}}.
לויט אנדערע מקורות אין חז"ל, איז זמרי געווען אן אפשטאמיגער פון שלומיאל{{הערה|{{מדרש אגדה|במדבר|א|ו}}|שם=אגדה}}{{הערה|דער [[גר"א]], אין אדרת אליהו אויף {{תנ"ך|דברים|כט|יז}}, ערקלערט אזוי אויך די רייד פון רבי יוחנן אויבן: "וח"ו שזמרי יהיה נשמה אחד עם שלמיאל הצדיק בחיר ישראל, והוא על דרך גנאי לו ולמשפחתו ולשבטו". זעט באריכות אן ענליכן הסבר אין דובר ישרים אויף במדבר כה, יד}}. טייל מפרשים לערנען אז אנדערש ווי שלומיאל, וועלכער איז געווען דער נשיא פון גאנץ שבט שמעון, האט זמרי בלויז געפירט איין בית אב{{הערה|[[רש"י]] און {{תנ"ך|במדבר|כה|טו|מפרש=אבן עזרא}}}}.
שורה 46: שורה 46:
[[קאַטעגאָריע:דור המדבר: פערזאנען]]
[[קאַטעגאָריע:דור המדבר: פערזאנען]]
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין ספר במדבר]]
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין ספר במדבר]]
[[קאַטעגאָריע:שבט שמעון]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:שבט שמעון]]

רעוויזיע פון 01:55, 12 סעפטעמבער 2023

שלומיאל בן צורישדי
געבורט מצרים
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר
בתנ"ך במדבר א, ו; ב, יב; ז, לו; י, יט

שְׁלוּמִיאֵל בֶּן צוּרִישַׁדָּי איז געווען דער נשיא פון שבט שמעון, אין די צייט פון נאך יציאת מצרים.

לעבן און שאפן

ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט שלומיאל בן צורישדי צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[1]. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[2], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[3].

לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[4]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[5].

דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט שלומיאל געפירט זיין שבט דער צווייטער, נאך אליצור בן שדיאור, אונטער'ן "דגל מחנה ראובן"[6]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט גרין, און שכם געצייכנט דערויף[7].

זמרי בן סלוא

לויט ווי געברענגט אין גמרא אין נאמען פון רבי יוחנן, איז שלומיאל בן צורישדי דער זעלבער פערזאן וועלכער ווערט דערמאנט שפעטער אין די תורה אלס זמרי בן סלוא[8]. אין במדבר כה ווערט פארציילט אז זמרי בן סלוא האט געזינדיגט מיט כזבי בת צור, און פינחס האט אים אומגעברענגט. דער בעל הטורים ברענגט א רמז: ”שלומיאל. בגימטריא 'זה זמרי בן סלוא'”.

לויט אנדערע מקורות אין חז"ל, איז זמרי געווען אן אפשטאמיגער פון שלומיאל[9][10]. טייל מפרשים לערנען אז אנדערש ווי שלומיאל, וועלכער איז געווען דער נשיא פון גאנץ שבט שמעון, האט זמרי בלויז געפירט איין בית אב[11].

זיין פטירה

אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[12]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.

אבער לויט די אויבנדערמאנטע דעה אז ער איז געווען זמרי בן סלוא, איז שלומיאל נישט געווען פון די מקטירי הקטורת, נאר ער האט דערלעבט ביז די פערציגסטע יאר אין מדבר ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך פינחס.

קרבנות הנשיאים

ביי די קרבנות הנשיאים, האט שלומיאל בן צורישדי מקריב געווען זיין קרבן אום ה' ניסן פון צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט). ער איז געווען דער פינפטער אין די רייע צו מקריב זיין, נאך אליצור בן שדיאור פון שבט ראובן, לויט דער סדר ווי די שבטים האבן גערוט ארום דעם משכן און ווי זיי האבן זיך געצויגן ביי די מסעות[13]. נאך א טעם שטייט אין מדרש אויף דעם וואס ער האט מקריב געווען גלייך נאך דער נשיא פון שבט ראובן, ווייל ראובן האט זיך געאיילט צו ראטעווען זיין ברודער יוסף פון טויט און שמעון האט זיך איינגעשטעלט צו ראטעווען זיין שוועסטער דינה אין שכם[14].

דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון שלומיאל האבן מרמז געווען קעגן דעם משכן[14].

זיין נאמען

אין מדרש שטייט אז זיין נאמען צייגט אויף דעם וואס זמרי האט געשטאמט פון אים: ”שאף על פי שיצא ממנו זמרי, שעל ידו מתו עשרים וארבעה אלף במגפה, עשה לו א-ל שלום”[9].

אין אור החיים ווערט ערקלערט אז "שלומיאל" איז מרמז אויף שמעון, וואס השי"ת האט אים באצאלט אויף מכירת יוסף ביי די מעשה פון זמרי, און "צורישדי" אויף דעם וואס השי"ת האט פארט געזאגט "דַי" (גענוג) פאר זיין פארטיליגונג און אפגעשטעלט די מגיפה[15].

זעט אויך

רעפערענצן

  1. במדבר א, טז
  2. מלבי"ם, במדבר א, טז
  3. רש"י, במדבר א, טז
  4. ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב

  5. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יהונתן אייבשיץ, תפארת יהונתן, יאזעפאף תרל"ג
  6. במדבר י, יט
  7. במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
  8. סנהדרין פב, א. אזוי שטייט אויך אין מדרש תנחומא, פרשת פנחס
  9. 9.0 9.1 מדרש אגדה (באבער) במדבר א, ו
  10. דער גר"א, אין אדרת אליהו אויף דברים כט, יז, ערקלערט אזוי אויך די רייד פון רבי יוחנן אויבן: "וח"ו שזמרי יהיה נשמה אחד עם שלמיאל הצדיק בחיר ישראל, והוא על דרך גנאי לו ולמשפחתו ולשבטו". זעט באריכות אן ענליכן הסבר אין דובר ישרים אויף במדבר כה, יד
  11. רש"י און אבן עזרא, במדבר כה, טו
  12. במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא באבער קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
  13. ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשטו; רבינו בחיי, במדבר ב, ב
  14. 14.0 14.1 במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה י"ט
  15. אור החיים, במדבר ז, לו