אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סאטמאר שוהל ראדני"
ק (אויסדרוק) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 22: | שורה 22: | ||
[[קאַטעגאָריע:זאליס]] | [[קאַטעגאָריע:זאליס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:סאטמאר]] | [[קאַטעגאָריע:סאטמאר]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|2]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|2]] |
רעוויזיע פון 07:48, 24 אויגוסט 2023
די סאטמאר שול אויף ראדני סטריט איז א גרויסע סאטמארער זאלי שול אין וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק, אויף דער גאס ראדני סטריט 152. די שוהל איז געווען די אפיציעלע גרויסע שוהל פון סאטמארער חסידים, וואס דארט האבן געדאווענט די פריערדיגע סאטמארער רבי'ס רבי יואל טייטלבוים זצ"ל און רבי משה טייטלבוים זצ"ל. היינט איז זי די שול פון רבי זלמן לייב טייטלבוים.
היסטאריע
אין שנת תרע"ח אין ערשטן יאר פון התייסדות ישיבה תורה ודעת, האט אויף דעם אדרעס 152 ראדני געוואוינט ר' אליעזר מאיר בלום (Lewis Bloom, פרעזידענט פון "קהל עדת ישרון אנשי לובץ" עלדרידזש סט. און פון "חברה בית אהרן אנשי ספרד" 233 סאוט 3) וואס האט געדינט אלס פרעזידענט פון "ישיבה תורה ודעת" אין אירע גרינדונג יארן, אין א נייעס באריכט זיינער צייט ווערט איבערגעגעבן אז ביי א באנקעט אין בלום'ס וואוינונג "זענען אריינגעקומען פיינע דאנעישאנס".[1]
תשכ"ח נאך יו"כ האט דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים געזאגט אז מען מעג שוין בויען א נייע שוהל. די מימרא וואס האט זיך געדרייט אין גאס בשמו: "מער וויל איך נישט דאווענען און א האלץ קאמער"
די שוהל איז באנייט געווארן א' סליחות תשכ"ט.
ווען מען האט געבויט דעם בית המדרש איז די אראפגאנג געווען פארבויט מיט א ציגעלנע וואנט, די וואנט איז געשטאנען ביז ענדע זומער תשס"ח. אין יענע תקופה האט מען אנגעהויבן רענאווירן דעם בית המדרש, וואס האלט נאך אן ביז יעצט.
סוף ווינטער תשע"ד האט מען איבערגעמאכט דעם גאנצן לאבי פון פארענט. אביסל פריער האט מען זיך גענומען צום אינטערשטן שטאק. דארט קוקט אויס האט מען יעדע פאר טעג געטוישט די בוי פלענער. אנגעהויבן האט זיך עס אום חנוכה צייט ווען מען האט איבערגעדעקט דעם גאנצן אינטערשטן שטאק מיט ביליגע סטיקי טיילס, און אויך גרעסער געמאכט דעם גאנצן אונטערשטן האלוועי. זומער ע"ד האט מען אין קארגע צוויי וואכן געגעבן א דריי ארום דעם גאנצן אויסשטעל אונטן, און אויפגעבויט צוויי שפאגל נייע פרעכטיגע חדרי תפלה. אינמיטן ווינטער תשע"ה האט מען אנגעהויבן בוי ארבעט ביי דער מקוה, אריינצונעמן דעם מקוה איד'ס שטיבל, אינאיינעם מיטן פארצימער פון דער מקוה וואו עס ליגן די האנטעכער, און עס פארוואנדלען פאר א נייע חדר התפילה.
ביז דאן איז געווען די סאטמאר שוהל אויף 550 בעדפארד, דער ארט ווי די הויז פונעם לעצטן סאטמארער רבי'ן, רבי משה טייטלבוים זצ"ל, האט געוואוינט, און היינט וואוינט דארט דער סאטמארער רבי ר' זלמן לייב.
זייט דער סאטמארער מחלוקה, איז די אייגנטומערשאפט אין פירערשאפט פונעם ביהמ"ד געווען אונטער קריגערייען, ביז עס איז אנגעקומען צום גויאישן געריכט, און ר' זלמן לייב האט געוואונען.
לינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
- ↑ "אחרון של פסח נדרים פיר ישיבת תורה ודעת", דער מארגען זשורנאל, אפריל 2, 1918